קביעות מזוזה ביים נייעם בית המדרש "היכל הקודש ירושלים" אין קרית ברסלב
ג אלול תשפ"ג 📝
א הערליכע קביעות מזוזה און סעודת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג עקב, אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים אין קרית ברסלב.
דער בית המדרש איז שוין דעם זיבעטן בית המדרש אין שטעטל, עס געפונט זיך ביים נייעם גאס אין שטעטל אויף די ירושלים גאס, וואס איז יעצט געענדיגט געווארן, און פרישע משפחות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט אריין אריינציען בשעה טובה ומצלחת.
דער נייע ירושלים גאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר רענטלס, ווי פרישע קאפלס וועלן זיך קענען אריינציען נאך די חתונה אין רעדי פורניטשד דירות.
די דירות זענען געבויעט געווארן דורכן בויער אין שטעטל מו”ה אברהם שבתי מזרחי הי”ו, ביי איינס פון די בנינים האט מען אהערגעשטעלט ביים ערשטן שטאק עס זאל זיין געווידמעט פארן בית המדרש היכל הקודש ירושלים, עס איז נתנדב געווארן דורך ר’ שבתי נרו יאיר, וואס האט דאס געבויעט און עס נתנדב געווען.
פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה, ווי מען האט באנייט דעם בית המדרש, און עס גייט אנהייב צו ווערן געניצט פארן יעדען שבת בעזרת השם.
דער ראש ישיבה האט געשטעלט דריי גבאים, דאס איז מו”ה הערשל בוים הי”ו, מו”ה ישראל יוסף שניטצלער הי”ו און מו”ה לייב אפפעל הי”ו.
ביים קביעת מזוזה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פונעם נדבן הבית המדרש מו”ה שבתי הי”ו וואס העלפט שוין אזויפיל יארן דעם הייליגן פלאץ וואו עס פעלט זיך נאר אויס, ובפרט האט ער ארויסגעהאלפן יעדן יאר זומער אין קאנטרי, אזוי אויך ווען מען האט געבויעט די ישיבה האט ער געבויעט דעם בנין מיט מסירת נפש, אפילו עס איז נישט געווען פון וואו צו באצאלן, דאך האט ער ווייטער געארבעט ווייטער געטריי, און מוהרא”ש זי”ע האט אים דעמאלט געזאגט: “איך קען דיר נישט זאגן זאל בלייבן ארבעטן, אבער אויב וועסטו בלייבן ווארט דיר שיינע זאכן”, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די שיינע זאכן האלט נאך אינמיטן קומען, דאס וועט מען זען ווען מען וועט אנהייבן חתונה מאכן די קינדער און זען פון זיי נחת איינס ביי איינס.
דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים: לערנט ענק אויס פון שבתי צוויי זאכן, איינס וויאזוי ער גייט אן מיט אזא שטארקייט און א גדלות המוחין אפילו ער האט נישט קיין געלט, און צווייטנס צו טון גוטע זאכן מיט די געלט.
אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ער געדענקט א מעשה וואס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ, איינע פון די יארן אין קאנטרי איז ער געזיצן שפעט ביינאכט מיט די בחורים, און שבתי קומט אריין מיט א פעקל ספרים, איך פרעג שבתי פארוואס ער גייט נישט שלאפן, זאגט ער מיר אז ער דארף נאך ענדיגן זיינע שיעורים כסדרן, דאס איז אונזער רייכטם, די שיעורים כסדרן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט: אלע פרעגן, ‘ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?’ ‘ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול’ן און מקוואות?’ דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז ‘תפילה והתבודדות’, נאך א סוד ‘נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט’, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.