גאר א שיינע קביעות מזוזה צוזאמען מיט א מסיבות לחיים איז פארגעקומען ביים נייעם הצלה גאראדזש אין קרית ברסלב ליבערטי, פארגאנגענעם דאנערשטאג צו, בראש פונעם ראש ישיבה שליט”א אינעם דיין שליט”א.
 
שוין א לאנגע צייט וואס עס האט אויסגפעלט צו האבן א גאראדזש פאר די הצלה אינעם שטעטל, און יעצט האט דער חשובער הצלה
וואלונטיר מו"ה אברהם יושע וועבערמאן היו געמאלדן זיין גרייטקייט אוועקצוגעבן זיין גאראדזש וואס ער פארמאגט אויפן רוט 52, א צוגעפאסטע פלאץ פון וואו מען קען שנעל צוקומען צום גאנצן שטעטל.
 
מען האט ברוך השם שיין אהערגעשטעלט דעם גאראדזש, עס זאל זיין פאסיג פארן באנוץ, און צום באנייאונג זענען געקומען אלע חשובע הצלה מעמבערס פון שטעטל, ובראשם מו”ה יודל פייג הי”ו וואס פירט אן חברה הצלה ד’קעטסקילס, צו פראווען א לחיים צו דער געלעגענהייט.
 
צוערשט האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה, דערנאך האט מו”ה יודל פייג הי”ו ארויפגעלייגט א מזוזה, אויך האט דער
דיין שליט”א ארויפגעלייגט א מזוזה.
 
ביים לחיים האט דער ראש ישיבה שליט”א גערעדט אפאר ווערטער, דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן בכבוד האכסניא - דער געטרייער הצלה וואלונטיר מו”ה אברהם יושע וועבערמאן וואס האט אוועקגעגעבן זיין פלאץ כדי צו קענען אוועקשטעלן די הצלה
גאראדזש. באזונדער האט זיך דער ראש ישיבה שטארק באדאנקט דעם קאארדינעיטער מו”ה יודל פייג הי”ו ארויסברענגענדיג אז ווילאנג מען דארף נישט אנקומען צו חברה הצלה קוקט מען זיי אן ווי זיי דארפן נאר לייטס און סיירינס, מען כאפט נישט אז זיי שטייען אויף און לויפן באמת אינמיטן די נאכט העלפן א צווייטן איד. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט וואס ר’ יודל האט אים פערזענליך געזאגט אז ער איז גאר שטארק צופרידן די פון די ברסלב’ע מעמבערס, זיי זענען אינגעלייגט מיט שכל, בעלי דעת, זיי ווייסן וואס יא צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, זיי ווייסן וויאזוי זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ. מוהרא”ש פלעגט זאגן ס’איז דא דיינים, ראשי ישיבות, כולל אינגעלייט, מלמדים, אלעס איז זייער וויכטיג, אבער משיח וועט קומען אין זכות פון הצלה, מען דארף אלעס האבן, אבער איינער וואס לויפט ארויס ראטעווען א צווייטן איד דאס די גרעסטע זאך, אין זכות פון חסד וועט משיח קומען.
 
מו”ה יודל פייג הי”ו האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער ארויסברענגענדיג ווי שטארק עס וועט ארויסהעלפן דאס אז ס’איז דא א הצלה גאראדזש נענטער צום שטעטל, וואס יעדע מינוט נענטער מאכט עס כדי צו קענען ראטעווען אידישע לעבנס. אויך האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם בית המדרש אין שטעטל, וואס מען זעט אינגעלייט פירן זיך אויף אזוי דרך ארץ’דיג, מען דאווענט און מען לערנט, ובפרט האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנין שחרית דורכן דיין שליט”א וואס איז גאר א געשמאקער דאווענען, קיינער רעדט נישט ביים דאווענען.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל דאס נאר דארפן ניצן אויף שמחות.
 
אין זכות פון חסד וועט מען ארויסגיין פון גלות.