עס קומט אריין א פרישע באריכט פון בית המדרש היכל הקודש אלעד וואס געפונט זיך אויף רחוב יוסף קארו 5. דער בית המדרש גייט שוין אן א לענגערע צייט, און ווער עס טרעט נאר אריין שפירט גלייך די געשמאקע פרייליכע אטמאספערע, "ממש טעם א גן עדן, לעכטיגע אינגעלייט און בחורים, א תענוג רוחני", זאגט אונז איינע פון די מתפללים.
 
מען דאווענט אלע תפלות שבת קודש אין שול,  דער געטרייער גבאי הר"ר חיים יאקאבאוויטש שליט"א לערנט פאר יעדן שבת נאך מוסף א שיינע שיעור אין סיפורי מעשיות, פון וואס מען נעמט ארויס עצות און חיזוק אויף למעשה, און דער רוח החיים פון בית המדרש הר"ר משה וויינבערגער שליט"א ליינט פאר א בריוו פון ראש ישיבה ביי שלש סעודות, וואס געבט חיות אויף א גאנצע וואך.
 
אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט הר"ר משה וויינבערגער שליט"א פאר דעם באריכט, פארציילט ער אונז אז יעצט בשעת מיר רעדן האלט ער אינמיטן גיין הפצה, און כאטש אינמיטן זענען געווען סירענעס צוליב פליענדע באמבעס, און ער האט עטליכע מאל שוין געדארפט לויפן אין די שעלטערס, האלטן אים די אלע זאכן נישט צוריק פון גיין הפצה. "הפצה מאכט מיר פרייליך" זאגט ער אונז מיט א שמייכל.
 
פאריגע וואך האט מען מייסד געווען א חבורה אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען יעדן דינסטאג בעזר ה', ווי מען פארציילט מעשיות פון הפצה, מעשיות פון תפלה, און מען שמועסט איבער די שיעורים און עצות וואס מען האט געהערט פון ראש ישיבה שליט"א.
 
אויסער דעם האט מען יעצט צוגעקויפט פרישע מעבל אין שול, בפרט זעט זיך אן דער שיינע נייע עמוד פאר'ן חזן מיט די שיינע לייכטער, צו באשיינען און מבכד זיין דעם אויבערשטנ'ס הויז, דער בית המקדש מעט.
 
ר' משה טיילט מיט א סיפור וואס ער האט פארציילט פאריגע וואך ביים חבורה, אז ער איז א מלמד כיתה ה' אין א היימישע חסידישע חדר "תלמוד תורה כתב סופר ערלוי" אין שטאט, ווען קומט אריין זיין חדר, האט ער זיך געמאכט א מנהג אז ער בעט דעם אויבערשטן שטילערהייט פאר אלע תלמידים. איין טאג פרעגן אים די קינדער "וואס זאגט דער רבי שטילערהייט?", "איך דאוון יעדן טאג פאר ענקער הצלחה." האט ער זיי געענטפערט, זייט דעמאלטס זעט ער ווי אלע קינדער טוען די זעלבע זאך, בשעת ער דאווענט, זעט ער ווי זיי אויך בעטן "הייליגע באשעפער העלף איך זאל מצליח זיין אין חדר."
 
די קינדער פון שטאט אלעד - וואס געפונט זיך בערך פופצן מינוט פון בני ברק - פאר אריין קיין בני ברק צום חדר פון היכל הקודש, כדי זיי זאלן קענען באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט.
 
ווען עס קומט צו רעדן הפצה, איז דער שטאט דער צענטער פון הפצה, אלע אינגעלייט און בחורים האבן א חלק אין הפצה. מו"ה יושע העשיל דבדבני הי"ו, שיקט כסדר אריבער גרויסע סקיטס פון קונטרסים, מאגנעטן, שמעקרעס, ספרים קונטרסים, פאר קאסט פרייז, און די אינגעלייט פארשפרייטן עס איבער די שטאט. לעצטענס איז דא א נייע אייטעם פאר הפצה "קאר פושקעס" וואס איז זייער אויפגעכאפט.
 
צווישן די מפיצים אין שטאט ציילן זיך מו"ה נח לעווין הי"ו, מו"ה אברהם זעוואלד הי"ו, מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה משה וויינבערגער הי"ו, מו"ה יואל צבי לעווי הי"ו, און נאך בחורים און איגעלייט.