עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער דריטער באנד פון ספר עצתו אמונה - בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א - גייט שוין צום דרוק ביז געציילטע טעג בעז"ה.
ווער עס האט שוין געזען דעם ערשטן און צווייטן באנד, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן.
דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט.
זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז דער וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן.
גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו פאר'ן אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דריקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און זיי פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענענדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך.
זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען? פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים? אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?"
און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן.
ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינער דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פאר אינגעלייט, "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס.
 הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט:
אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב
 פאלגענד זענען צוויי בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי מ'זעט די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון.
דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'.
בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען.
ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך – די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים.
אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים.
 



 
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
 
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות; וויפיל אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט'ן קונטרס "עצתו אמונה", אזויפיל מענטשן ווארטן יעדע וואך צו באקומען דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה".
דעריבער שרייב איך דיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן די גרויסע זכות פון דרוקן די הייליגע בריוון וואס אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק דורכדעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
שטרענג זיך אן מיט אלע כוחות עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס, ווייל מיר האבן א נייע דור וואס ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; די תלמידי הישיבה און תלמידות בית פיגא פארשטייען נישט צו קיין צייטונגען און מאגעזינען, זייער ליין מאטריאל איז נאר דער "גליון היכל הקודש" און דער "קונטרס עצתו אמונה". זאלסטו פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין גרייט א קונטרס יעדן ליל שישי, אז אלע משפחות זאלן דאס קענען אהיים טראגן און האבן אן עונג שבת.
איך האף אז מיט די צייט וועט זיין וועכנטליך נאך גליונות און קונטרסים; די חדר וועט ארויסגעבן א צעטל און די סקול וועט ארויסגעבן וואס צו ליינען, אז די נייע דור וועט נישט דארפן זוכן וואס צו ליינען פון פרעמדע השקפות.
 
פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איבער די ישועות וואס מ'זעט ווען מ'איז מנדב צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק
מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור.
איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה.
דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה.
אזוי ווי די הוצאות פון דרוקן איז אומגעהויער גרויס, קען מען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים.מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופט 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ג'".
 כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים