די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, אינטערסאנטע אינטערוויוס, קינדער אפטיילונג, שיעורים מיטצוזאגן ובלכתך בדרך, ווי אויך די באזונדערע ליין "קוואל פון חיזוק" פאר פרויען און מיידלעך וואס איז פול מיט גאר אינהאלטספולע אינטערעסאנטע אפטיילונגען, און נאך פיל מער; זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות.
 
פילע פארלאנגען קומען כסדר אריין פון אידן אין פארשידענע לענדער איבער די וועלט וואס זענען זיך מחי' מיט די טעלעפאן ליניעס, אבער עס קאסט זיי פיל געלט צו קענען רופן די נומערן אויף אמעריקא, און זיי בעטן מען זאל זיי צושטעלן באזונדערע לאקאלע נומערן אין זייערע לענדער עס זאל זיי זיין גרינגער אנצוקומען צו די הערליכע זאכן אויפ'ן ליין.
 
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט א חשובער נדבן אויסגעצאלט דאס צושטעלן פרישע לאקאלע נומערן אין בעלגיע און ארגענטינא, פון וואו עס קומט לעצטנס אריין גאר אסאך רופן צו "קול ברסלב", דאס איז אין צוגאב צו די לאקאלע נומערן וואס איז שוין דא ביז יעצט אין אמעריקא, א באזונדערע נומער פאר אפסטעיט ניו יארק, ארץ ישראל, ענגלאנד, און קאנאדא.
 
די לאקאלע נומערן אין בעלגיע זענען "קול ברסלב" 3235003461, "קוואל פון חיזוק" 3235003462. די נומערן אין ארגענטינא זענען "קול ברסלב" 541152354370, "קוואל פון חיזוק" 451152354380. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס פיל פארגרינגערן פאר די ארטיגע אידן זיך צו קענען מחי' זיין מיט'ן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן.
 
עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק די טעלעפאן ליניעס. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן.
 
"קול ברסלב" נומערן
☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191
☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-0910
☎️ קאנאדא 438-300-8080
☎️ ענגלאנד 03303502361
☎️ ארץ ישראל 0797040066
☎️ בעלגיע 3235003461
☎️ ארגענטינא 541152354370
 
די "קוואל פון אמונה" (פרויען ליין) 
☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9169
☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-9060
☎️ קאנאדא 438-320-9090
☎️ ענגלאנד 03303502363
☎️ ארץ ישראל 0797040069
☎️ בעלגיע 3235003462
☎️ ארגענטינא 451152354380
 
שמעו ותחי נפשכם!