קול ברסלב צוריק צום געהעריגן נומער
ב טבת תשפ"ג 📝
אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מען האט געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען אויסגענוצט דעם געלעגענהייט אביסל איבערצופרישן דעם טעלעפאן ליין, און מען האט עס אהערגעשטעלט שענער און בעסער, צו די הנאה פון די פילע צוהערער.
דאס איז נישט געשען אין איין מינוט, עס איז אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער האט גענומען צייט ביז זאכן האבן זיך מסדר געווען אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין.
דער עיקר שוועריקייט איז געווען דאס וואס די נומערן האבן נאך געפירט צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן די אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן, די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן.
שרייבנדיג די שורות איז שוין ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן די ערשטע נומערן פאר "קול ברסלב" און "קוואל פון חיזוק", עס ארבעט שוין ברוך השם אזוי ווי פריער, אבער מען דארף נעמען אין אכט אז די סדר פון די קנעפלעך האבן זיך אביסל געטוישט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט.
יעצט דארף מען נאך תפילות אז אויך די פריערדיגע לאקאלע נומערן אין ארץ ישראל זאל אנהויבן ארבעטן מיט'ן נייעם סיסטעם. דערווייל קען מען רופן אין ארץ ישראל די צייטווייליגע נומערן אין ארץ ישראל ווי פאלגנד: "קול ברסלב" 0723701948. "קוואל פון חיזוק" 723701916.
מיר וועלן דא איבערגיין אין קורצן די נייע סדר פון די מעין מעניו. צוערשט דארף מען דורקן 1 פאר אידיש און דערנאך קומט דער מעין מעניו:
1 - שיעורים פארן טאג
2 - שיעורי התחזקות
3 - שיעורי תורה
4 - שמועסן און פארברענגען
5 - קינדער ווינקל
6 - היכל נגינה
עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך
געטוישט פונעם אלטן סיסטעם.
שמעו ותחי נפשכם