פראגע: פון וואו קומט זאלץ? 
 
ענטפער: זייער א גוטע שאלה, זאלץ קומט בעקיר פון צוויי מקורות, די ערשטע רופט מען "שטיין זאלץ" דאס איז זאלץ וואס מען גראבט ארויס פון די ערד פון "זאלץ מינעס", אבער בעיקר נעמט מען זאלץ פונעם ריזיגן אקעאן - די ריזיגע ימים וואס נעמען ארום בערך צוויי דריטל פונעם ערד קוגל.
 
די וועג וויאזוי מען באקומט די זאלץ איז זייער פשוט, די זאלץ פירמעס פילן אן ריזיגע פלאכע דינע באסיינען מיט ים וואסער וואס אנטהאלט אין זיך אסאך מינעראלן, ובתוכם אונזער זאלץ, מען לאזט די וואסער אויסוועפן אונטער די הייסע זון, און מען בלייבט איבער מיט א דינע ווייסע שיכט, ישר כח אויבערשטער, מיר האבן זאלץ.
 
די ביליגע ביטערע פשוטע זאלץ איז נישט עפעס וואס די וועלט קען זיך באגיין אן דעם, כמעט יעדע מאכל זאלציג צי זיס, אנטהאלט כאטש אביסל זאלץ דערין; יעדע באלעבאסטע וועט עדות זאגן ווי זאלץ העלפט ארויסברענגען די גוטע טעם אפילו פון זיסע קעיקס, ישר כח אויבערשטער פאר די געשמאקע טעם וואס מיר שפירן אין עסן!
 
אבער נישט בלויז פארן געשמאקן טעם דארף מען זאלץ, דער מענטשליכער קערפער מוז האבן זאלץ (טעכניש הייסט עס "סאדיום") אינעם סיסטעם כדי צו קענען געהעריג פונקציאנירן; אבער ונשמרתם מאד לנפשתיכם, מען דארף עסן זאלץ מיט א מאס, ווייל פאר טייל מענטשן קען צופיל זאלץ גורם זיין הויכע בלוט דרוק. אבער ווידער שקויעך אויבערשטער, אונזער הארץ און מוסקלען קענען גוט פונצינירן מיט די ריכטיגע מאס סאדיום!
 
ווען מיר פאלגן א צדיק, און מיר לייגן אוועק אונזער שכל וועלן מיר אנקומען זייער ווייט, מיר וועלן שפירן דעם אויבערשטן, און האבן א זיסע אמונה'דיגע לעבן. קענען מיר דען אפשאצן מיט אונזער באגרענציטע שכל וועלכע מצוה איז טייער און וועלכע מנהג איז וויכטיג, מיר הערן אויס דעם צדיק וואס זאגט אונז אז די פשוטע מצוות וואס די וועלט מאכט אוועק - דאס איז וואס געבט אונז חיות, מעביר סדרה זיין דאס וועט אונז צוקלעבן צום אויבערשטן, מיט אמונה וועלן מיר קענען דורכגיין יעדע שוועריקייט, א מקוה וועט אונז אויפוועקן צוריק צו קומען צום אויבערשטן, אז דו וועסט דאווענען מיט מנין - וועסטו האבן פרסה, שלום בית איז די שליסל צו א פרייליכע לעבן, און אזוי ווייטער.
 
נישט קיין חילוק צי דו גלייכסט א צוקערדיגע בונדאש אדער א זאצליגע, געדענק אז דו ביסט א חלק אלוקי ממעל, און פאר'ן אויבערשטן ביסטו צוקער זיס!