פון גרשון קרעמער
 
מיטן אויבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכערע קלאסן מיידלעך פון "בית פיגא" צום גרויסן פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת כי תצא הבעל"ט.
 
אזוי ווי די פארגאנגענע שפילן, גרייט זיך בית פיגא צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "דער בן מלך פון דיימאנטן". דער פלעי וועט בעז"ה זיין אסאך שענער און בעסער ווי די פריערדיגע.
 
די פראדוצירער האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות ארויסצוברענגען ביי די חשוב'ע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן. מען פארשפרעכט צו האלטן דעם עולם געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, וואס וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט.
 
בפרט וועט עס אינספירירן די טייערע חשוב'ע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און עס וועט זיי געבן פרישע כוחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן.
 
די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די איז געווארן פון די בעסט-פארקויפטע פלעיס אויפן מארקעט און ווערט נאך היינט פארקויפט אין די טויזנטער שטיק. עס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צושויער. דאס קען מען זען פון די ריוויוס וואס קאסטומערס האבן איבערגעלאזט אויף "ניגון מיוזיק".
 
צום ביישפיל האט איינע געשריבן: "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב איך נאך קיינמאל געהאט. נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אויבערשטן ווי מען רעדט צו א חבר'טע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!"
 
ווי געזאגט, פארשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע. די שפיל "דער בן מלך פון דיימאנטן" איז געבויט אויף די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים.
 
צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט מען מסדר געווען אז די שפיל זאל פארקומען אינעם ריזיגן אוידיטאריום פונעם סוני סאליוואן קאלעדזש, וואו עס וועט בעז"ה זיין גענוג פלאץ פאר אלעמען מיטצוהאלטן.
 
אדרעס: 112 College Rd Building E, Loch Sheldrake NY 12759 טיקעט פרייז: $40 (מען וועט בעז"ה קענען קויפן טיקעטס ביים טיר). צייטן: די שפיל וועט געשפילט ווערן זונטאג כי תצא (אוגוסט 16) צוויי מאל. 12:00 נאכמיטאג, און 8:00 ביינאכט. פאר שאלות און אינפארמאציע קען מען רופן: 845-803-4697
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.