קונטרס "א פרייליכן פורים"
ד אדר תשע"ח 📝
אריינטרעטנדיג אין חודש אדר, האט מען די וואך איבערגעדרוקט דעם הערליכן קונטרס "א פרייליכן פורים". כשמו כן הוא, דער קונטרס שמועסט אויס גוטע און גרינגע עצות ווי אזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג פון פורים און פון חודש אדר ווי עס דארף צו זיין, און ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין ארויסנעמען פון די הייליגע טעג דאס בעסטע; אינ'ם קונטרס איז אויך אריינגעדרוקט געווארן די מגילת אסתר וואס וועט
צוניץ קומען צו קענען אויסהערן די מגילה פון אינעווייניג. ווי אויך איז יעצט געווארן איבערגעדרוקט דער הייליגער ספר "גנזי המלך", א פירוש אויף מגילת אסתר.
די קונטרסים און ספרים און נאך פילע אנדערע איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה!