קונטרס "צושנייד מיך נישט", לע"נ הילד לייבי קלעצקי ז"ל, וועקט אויף די אידישע וועלט
יא אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו
אפילו עס זענען שוין דורכגעגאנגען צען יאר פונעם טראגעדיע פונעם טייער קינד לייבי קלעצקי ע"ה פון בארא פארק וואס האט בשעתו אויפגעטרייסעלט דאס אידישע וועלט, הילכט נאך אפ די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט דאן געזאגט א שיעור און האט דורכגענומען די ביינער פון אלע צוהערער, מוהרא"ש זי"ע רעדט דארט איבערן שוידערליכן אומגליק וואס האט פאסירט אז א אידיש אינגל האט אומשילדיג שפאצירט אין גאס, אויפן וועג אהיים פון חדר, און א איד האט אים לא עלינו פארכאפט אויפן גאס, און אים רחמנא ליצלן אומגעברענגט אויף אן אכזריות'דיגן אופן. מוהרא"ש גייט דערנאך צו און רעדט איבער די אומגליקן פון אידישע קינדער וואס ווערן צושניטן אין חדר טאג טעגליך פון קאליקע מלמדים, מוהרא"ש פארציילט דארט האר אויפשטעלנדע עפיזאדן וואס אידן האבן אים פארציילט, וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אלץ קינד פון מלמדים וואס טויגן נישט, און טוט אויפפאדערן עלטערן זאלן זיכער מאכן אז זייערע קינדער לערנען ביי מלמדים מומחים יראי ה' וואס וועלן העלפן די קינדער וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים.
מען האט דאן געמאכט דערפון א קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס ווערט כסדר פארשפרייט דורך די מפיצים איבער די גאנצע וועלט, און יעצט צום צענטן יארצייט האט מען ווידער אפגעדרוקט דעם קונטרס טויזנטער שטיק, מיט קלארע שיינע אותיות, סיי אין ליבערטי ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביים מרכז הפצה אין ירושלים ווי מען האט עס געדרוקט אויף לשון הקודש מיטן נאמען "אל תחתוך אותי", און ווערט יעצט פריש פארשפרייט ביי אידישע קינדער און וועקט זיי אויף צום אייבערשטן.
לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים. (ישעיה יא, ט)
📚 קונטרס צושנייד מיך נישט