אשרינו שזכינו! שרייט זיך ארויס פון אנשי שלומינו הערנדיג די נייעס וואס קומט אריין פון מכון עצתו אמונה, דער מכון האט היינט געמאלדן אז תורה ד' פון ליקוטי מוהר"ן מיטן הערליכן אידישן פירוש "שפתי תפתח" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אריין אין דרוק און וועט זיין צו באקומען סוף וואך, סיי געדרוקט, און אזוי אויך אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט.

די היסטאריע פון דעם פירוש הייבט זיך אן אנהויב יאר תשפ"ג נאך סוכותת, דער ראש ישיבה שליט"א האט דעמאלט אנגעהויבן שרייבן א לייכטער פירוש אויף אידיש אויפן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, אויף אן אופן אז אפילו פרויען און קינדער זאלן קענען פארשטיין די קאפליצירטע תורות פון הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשריבן א פירוש אויף די ערשטע דריי תורות און עס א נאמען געגעבן "שפתי תפתח", נאכדעם איז דורך א צייט אפשניט פון איבער א יאר וואס דער ראש ישיבה האט צוליב טרדות הזמן נישט אנגעיאגט צו שרייבן ווייטער דעם פירוש אויף וואס אנשי שלומינו האבן אזוי געגארט און געבענקט, דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט פאר אנשי שלומינו אז ער האט אסאך מתפלל געווען אז ער זאל קענען זיך אויפפרישן מיט דעם הייליגן פראיעקט און ער זאל האבן צייט צוריק אנצוהייבן שרייבן דעם ליכטיגן פירוש. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז דער ראש ישיבה האט טאקע צוריק אנגעהויבן שרייבן דעם פירוש, און ב"ה מען האלט שוין יעצט דא, אז עס קומט ארויס דער הערליכער פירוש אויף תורה ד'.

דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט א כולל וואס זאל גרונטליך דורכלערנען דעם פירוש און דאס מגיה זיין בי"ג נפה, און זיכער מאכן אז יעדע השגה און ענין וואס דער רבי ברענגט אין די תורות איז קלאר און פארשטענדליך. מכון עצתו אמונה   טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע כולל אינגעלייט פון כולל היכל הקודש בפרט פאר הרב אלחנן רוטה, מו"ה אלי פערל, מו"ה לוי יצחק הורוויץ, מו"ה אשר הכהן ראנד, און  מו"ה יואל פריעדלענדער, וועלכע זענען איבערגעגאנגען די תורה און דאס גוט מגיה געווען, דער קונטרס איז געווארן פאכמאניש אויסגעשטעלט אויפן זעלבן פארמאט ווי דער ספר "שפת הנחל" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דורך מו"ה נחמן ניישטיין הי"ו, און דאס אלעס איז געמאכט געווארן אונטער די אויפזוכט פון מו"ה יואל שניצלער הי"ו מנהל מכון עצתו אמונה.
 
מגלגלין זכות על ידי זכאי, דער גרויסער מפיץ מו"ה אלי ציג הי"ו האט געהאט די זכי' און אפגעקויפט די זכות מהדורה, ועל שמו יקרא, "מהדורת ציג".

"אָמַר שֶׁהַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ שֶׁלּוֹ לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן שֶׁיָּצָא בָּעוֹלָם הוּא אַתְחַלְתָּא דִגְאֻלָּה"