אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה פון טשערקאסי אבלעסט (אין וואו אומאן געפונט זיך) אז די קורפיו וואס איז איינגעשטעלט געווארן זינט דער אנהייב פון די מלחמה אין דעם "אבלעסט" (עפעס ווי א סטעיט אדער קאונטי אין אמעריקע) איז שטארק דערלייכטערט געווארן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די צענדליגע טויזנטער ברסלבע חסידים וואס טראץ די שוועריקייטן, טירחה און גרעסערע געלט הוצאות גרייטן זיי זיך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ד.
 
ביז יעצט איז דער קופריו אנגעגאנגען יעדע נאכט פון 11 ביז 5, און אין די שעה'ן האט קיינער זיך נישט געמעגט געפונען אויפן גאס, וואס האט שטארק באגרעניצט די באוועגונגען פון אנשי שלומינו אין אומאן. אבער יעצט - ברוך השם - האט מען דאס געטוישט, און דער קורפיו וועט אנגיין יעדע נאכט פאר בלויז 4 שעה אנגעהויבן פון 12 חצות הלילה און געענדיגט 4 פארטאגס, א זאך וואס וועט זיכער פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו וואס ווילן קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון.
 
פילע פון אנשי שלומינו האבן שוין געבוקט טיקעטס און קוקן איבער די פאספארטן, טייל האבן גענומען די טשארטער פלייטס מיטן באן, אנדערע נעמען אנדערע פליגערס צו די פארשידענע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקריינא ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, און מאלדאווע. אבער נישט קיין חילוק וואס פארא וועג מען נעמט פארגעסט מען נישט אז דער עיקר איז תפלה.
 
ווי מיר אלע ווייסן מוז מען צוקומען צום אייבערשטן ביי יעדע זאך אין לעבן, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה אויף וואס דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כחות צו שטערן און אפרעדן אידישע קינדער פון קומען צום הייליגן רבין, ביי יעדעם שיקט ער אנדערע שטארקע סיבות, דער פלאגט זיך מיט געלט, איינער קען נישט איבערלאזן דעם זשאב, אנדערע האבן שוועריקייטן מיט משפחה. דארף מען געדענקען אז תפלה איז שטארקער פון אלעם, און מען דארף בלויז בעטן און בעטן, ביז דער אויבערשטער העלפט.
 
ווען א מענטש ווייסט אז ער דארף פארן צו א דאקטער פאר זיין לעבן, וועט ער קוקן אויף געלט? וועט ער טראכטן פון זיין דזשאב? וועט אים איינער קענען אפרעדן? מיר דארפן צוקומען צום גרויסן דאקטאר דער הייליגער רבי וואס היילט אונז ברוחניות ובגשמיות; וואס איז שייך מניעות? וואס טוט נישט א מענטש פאר זיין לעבן? דא קומט מען צום הייליגן רבין וואס מאכט אונז טראכטן פון אייבערשטן, געבט אונז אריין א טעם אין אידישקייט, און געבט אונז נאך אומצאלגע מתנות פאר לעבן. דערפאר לאזן נישט אנשי שלומינו אפ דעם אויבערשטן און בעטן זיך ברחמים ובתחנונים זוכה צו זיין צו קומען צום רבין אויף ראש השנה.
 
מיר האפן אייך צו האלטן ווייטער אינפארמירט מיט אלע דעטאלן בנוגע אומאן ראש השנה מיטן אייבערשטנ'ס הילף.