קורצע שיינע תיקון ליל שבועות ווידער איבערגעדרוקט
כט אייר תשע"ט 📝
צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען די וואך האט דער בית הדפוס פריש איבערגעדרוקט דעם “תיקון ליל שבועות”, וואס איז ארויסגעקומען זייער שיין און קלאר.
אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא”ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט.
למעשה שטעלט זיך ארויס מען אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי”ג מצות, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס)
ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות" אויף דעם וועג, האט מוהרא”ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.
שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו”ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. אין קרית יואל און בארא פארק ביי פארקאש טלתים.
כי הם חיינו ואורך ימינו!
פאלגענד איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע צו איינער וואס האט אנגעפרעגט וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות (איבערגעזעצט אויף אידיש)
בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב
שלום וברכה אל שמואל נ"י
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן.
מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. און אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל, און פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער הנ', און מען דאווענט וותיקון, און דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה.
דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פון דאסניי.
דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט.
המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים