קורצע “תיקון ליל שבועות” איבערגעדרוקט
כז אייר תשע"ח 📝
די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם “תיקון ליל שבועות” , אזוי ווי מוהרא”ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון.
אלע יארן פלעגט מוהרא”ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות , אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט.
למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון , און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון , זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים , און אויך די תרי”ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות.
ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג , האט מוהרא”ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון , זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון , און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו”ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש , און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג.
כי הם חיינו ואורך ימינו!