ווי שוין איינגעפירט אלע יארן, זענען די בחורים תלמידים פון ישיבה תפארת התורה ברסלב ארויסגעפארן אינאיינעם צום ציון הקדוש פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין דעם גרויסן טאג כ"ו אב ווען עס פאלט אויס די יארצייט, און האבן אויסגענוצט דעם גרויסן טאג זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'.
אזוי אויך די אינגלעך פון די ברסלב'ע קעמפ באגלייט פון די געטרייע מלמדים זענען נעכטן מיטוואך ארויסגעפארן קיין קרית יואל, ווי מען האט פוקד געווען דעם הייליגן ציון און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.
דאס איז אויסער וואס במשך די יאר פארט די גאנצע ישיבה און חדר כסדר אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע געלעגנהייט.
מיט עטליכע יאר צוריק ווען די בחורים זענען אריבערגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל אויף העיס קט. נאכן מתפלל זיין ביים הייליגן ציון אין קרית יואל, האט מען זיך געוואשן צום א סעודת הילולא, און הר"ר יואל פארקאש שליט"א האט פארציילט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. האט ער צווישן אנדערע דערציילט, אז ווען עס איז געווען דער הכנסת ספר תורה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש זי"ע דאן געזאגט אז "רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיכער א נחת רוח אויבן אין הימל אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שטיבל, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און אין די זעלבע צייט רירט מען זיך נישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט".
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, און געהאט די זכיה צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'. און פלעגט אלץ מעודד און מעורר זיין די תלמידים - בפרט די וואס וואוינען אין אפסטעיט - אלץ זיך אריבערצוכאפן צום דעם מקום קודש, מקום מסוגל לקיבול תפילות, און זיך דארט אויסבעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן.
און טאקע כמעט יעדעס מאל ווען אידן קומען נאר אן צום הייליגן ציון אין קרית יואל, זעט מען תלמידי היכל הקודש וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן ביים ציון פון די הייליגן צדיק וקדוש עליון, וואס האט זוכה געווען אוועק צו שטעלן דאס אידישקייט אין אמעריקע על תילה, און איז צו פארדאנקען אז דאס אידישקייט נאך די ביטערע מלחמה איז צוריקגעשטעלט געווארן, ווי אין דער אלטער היים, און זיין גרויסער זכות איז זיכער מגין פאר אלע וואס זענען מתפלל זיין ביים ציון פון דעם הייליגן צדיק.


תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!