דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון די וועלט אז מענטשן גלייכן טשעלענדזשעס, און ווען א מענטש קומט אן צו שוועריקייטן בפרט אויב ער ווייסט אז מען האלט מיט, באקומט מען אן אויסטערלישן חשק עס איבערצוקומען און אנקומען צום ציל.
 
פילע קעמפס איבער די קעטסקיל בערג נוצן דאס אויס במשך דעם זומער,מען וויל אז די קינדער זאלן מיטהאלטן און קאאפערירן, מאכט מען פארמעסטן צווישן די קינדער, מען מאכט טיעמס, צום ביישפיל איין טיעם איז טאג, און די צווייטע נאכט, אדער איין טיעם איז קאלט און די אנדערע איז הייס, און די גאנצע טעמע פונעם זומער לויפט דערויף, מען מאכט שפילן און אקטיוויטעטן לויט'ן טעמע, און די קינדער ווערן אנגעצינדן דערפון ווען זיי ווילן געווינען קעגן דעם אנדערן טיעם.
 
אין די ברסלב אינגל קעמפ מחנה אילן החיים האט מען עס גענומען צום "נעקסט לעוול", מען האט געמאכט די טעמע פונעם זומער די פינף ספרים פון הייליגן רבין, די באנגס ווי די קינדער שלאפן האבן יעדע באקומען א נאמען לויט איינע פון די הייליגע ספרים, דאס מאכט א רייץ צווישן די קינדער, צוליב וואס צווישן די פילע געשמאקע אקטיוויטעטן דארפן זיי זיך פארמעסטן ווער קען נאכזאגן מער שיחות פון זייער ספר, מאכן מער סיומים אויף זיין ספר, אין די קינדער לעבן מיט די געטליכע ווערטער פון הייליגן רבין, די קינדער שטייען אויף מיט דעם, זיי שפילן מיט דעם, און זיי לייגן זיך שלאפן לערנענדיג די הייליגע ספרים.
 
נעכטן איז פארגעקומען א גרויסע מעמד ביי די קינדער, א מעמד "קריאת השם", ווי מען האט באשטימט די נעמען פון יעדע באנגעלא, איינס האט באקומען דעם נאמען "ליקוטי מוהר"ן", די צווייטע הייסט "חיי מוהר"ן", און די אנדערע הייסן "שיחות הר"ן", "ספר המידות" און "סיפורי מעשיות". 
 
אילן החיים איז טאקע כשמו כן היא, א קעמפ ווי די קינדער זיצן אונטערן שאטן פונעם צדיק דער הייליגער רבי, וואס איז א בוים וואס געבט אונז לעבן (ווי רש"י זאגט אונז צוויי וואכן צוריק אין פרשת שלח "היש בה עץ"), אין דעם קעמפ לערנען און לעבן די קינדער מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, און דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן מיטן אויבערשטנ'ס הילף.
 
עץ חיים היא למחזקים בה