שאלה: איך זע אלטע בילדער פון ווען איך בין געווען א קליין קינד, און איך זע אז דעמאלטס בין איך געווען פון די העכסטע אין קלאס, העכער פון אסאך חברים. היינט אבער זע איך אז טייל פון יענע קינדער זענען שוין העכער פון מיר. וויאזוי ארבעט דאס? וויאזוי קען זיין אז איינער איז נידעריג אלס יונג קינד און שפעטער וואקסט ער מער פון אנדערע?
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
דו פרעגסט אז לכאורה וואלטן אלע מענטשן געדארפט וואקסן בערך די זעלבע שנעל; איינער וואס איז געווען נידעריג אלס קינד וואלט לכאורה געדארפט בלייבן נידעריג שפעטער, און די הויכע קינדער וואלטן געדארפט זיין הויך אויך ווען זיי ווערן ערוואקסן. דו פרעגסט דאך זייער גוט.
 
אבער דער אמת איז נישט ממש אזוי. לאמיר נעמען אלס ביישפיל דעם הייליגן תנא רבי עקיבא; איך מיין אז יעדער קען די מעשה, ער איז געווען א גרויסער עם הארץ, און נישט בלויז ער האט נישט געקענט לערנען, נאר ער האט פיינט געהאט יעדן תלמיד חכם. ווען עקיבא איז געווען דרייסיג יאר אלט, זענען שוין זיינע חברים פון זיין יארגאנג געווען זייער גרויס; אסאך פון זיי האבן שוין געפסקענט שאלות, פארגעלערנט שיעורים, און זענען געווען שיינע אידן. ביי די פערציג יאר האט ער ערשט געלערנט די אל"ף בי"ת, אבער עס איז נישט דורך קיין סאך צייט און ער האט אנגעהויבן וואקסן. ער איז געווארן דער רבי פון כלל ישראל; ער איז שוין נישט געווען דער פאסטוך עקיבא, נאר דער הייליגער תנא רבי עקיבא, דער רבי פון רבי שמעון בר יוחאי, דער מחבר פונעם הייליגן זוהר, וואס נאר אין זייער זכות קענען מיר זיך האלטן אין גלות שוין כמעט צוויי טויזנט יאר.
 
בגשמיות איז עס אויך אזוי: נישט יעדער וואקסט פיזיש אין די זעלבע צייט. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין יעדעס קינד באזונדער אן אייגענעם "וואוקס-פלאן" וואס ליגט אין זיינע דזשינס (גענעס). געוויסע קינדער וואקסן מער אין די יונגע יארן, אנדערע וואקסן שפעטער, און עס זענען דא אזעלכע וואס וואקסן כסדר.
 
דערפאר קען זיך מאכן אסאך מאל אז א קינד וועט זיין פון די העכסטע אין זיין קלאס ביז די צען יאר, ווייל ער האט אנגעהויבן וואקסן פריער. אבער א צווייט קינד, וואס איז ביז יעצט געווען פון די "קליינע", הייבט יעצט אן זיין "וואוקס-שפרונג" און ער וועט גאנץ שנעל איבערוואקסן אסאך פון זיינע חברים.
 
אין וואס ווענדט זיך די הויכקייט פון א מענטש? עס ווענדט זיך אין אסאך זאכן; צווישן זיי רעכענען זיך די דזשינס (גענעס), וואוקס-הארמאנען, גענוג שלאף, און א געזונטע נעהרונג.
 
דער עיקר, קוק נישט אויף א צווייטן – סיי פיזיש און סיי גייסטיש. גיי אן מיט דיין לעבן, וואקס אויף דיין אייגענעם גאנג, און ווער דאס בעסטע און העכסטע "איך" וואס דו קענסט נאר זיין.
Polish