די קינדער פון די ברסלבע תלמוד תורה אין די גלילות פון מאנרא פארברענגען א געשמאקע טאג אין קרית ברסלב ליבערטי
יט תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א
היינט דינסטאג פנחס, נאכדעם וואס די קינדער האבן געלערנט אין חדר ווי יעדן טאג, די אינגערע קינדער די הייליגע אלף בית, און די עלטערע קינדער חומש און משניות. האבן די חשובע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א געטראגן די קינדערלעך אויף א געשמאקע אויספלוג צום שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די גאנצע אטמאספערע פון שטאט באשטייט פון "אמונה".
מען איז אנגעקומען מיטאג צייט. צום ערשט איז מען געגאנגען באזוכן דעם תלמוד תורה, ווי מען איז אנטפאנגען געווארן אין לאָנטש-רום דורך חשובן מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א און הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א, ווי אויך די אנדערע חשובע מלמדים שליט"א, ווי ר' משה בוים און ר' עזריאל כ"ץ, וואס האבן צוגעשטעלט פאר די קינדער א געשמאקע לאנטש, די קינדער האבן געגעסן און געהערט שיינע ווערטער פונעם מנהל שליט"א.
נאך לאנטש זענען די קינדער אריינגעשפרינגען אין די וואסער ריידס וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורכ'ן מלמד הר"ר ישעי' איידליס שליט"א, ווי די קינדער האבן גאר געשמאק פארברענגט און הנאה געהאט.
דערנאך זענען די טייערע קינדער געפארן צום בית התבשיל אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי זיי האבן געליינט קריאת שמע צום וואך נאכט פונעם ניי געבוירן אינגל בעיבי ביים מנהל פון בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי די קינדער האבן ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה ער זאל זען נחת פון זיינע קינדער, און האבן מתפלל געווען מיט די מלמדים אז דאס קינד זאל אויסוואקסן ערליך, און גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן. ר' שלמה נ"י - מנהל בית התבשיל האט מכבד געווען די קינדער מיט פיינע עסן און טרינקען.
דערנאך איז מען צוגעפארן צום ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש, ווי די קינדער זענען דורכגעגאנגען איינס ביי איינס, און דער ראש ישיבה שליט"א האט עקסטער זיך אינטערעסירט ביי יעדעס קינד וואס ער מאכט.
שפעט נאכמיטאג זענען די טייערע קינדערלעך אהיים געפארן מלא חיות, פרייליך און אויפגעלעבט, און מיט פרישע כחות אויסצונוצן די טעג ווייטער אנגעפילט מיט תורה, מצוות און יראת שמים.
📸 די קינדער אין קרית ברסלב ליבערטי
וכל עצי השדה ימחאו כף