קינדער פון חדר פארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים אין מאנסי
כט תמוז תשפ"ב 📝
קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א
א צייט צוריק אין אן ערב ראש חודש זענען די קינדער געפארן קיין מאנסי צום ציון פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט, די מלמדים האבן צוגעגרייט די קינדער, איבער די גרויסקייט פון א צדיק, בפרט דעם הייליגן ריבניצער רבי וואס האט געהאט אפענע אויגן, און בעל שמ'סקע מעשיות האבן זיך דארט געוואלגערט אונטערן טיש, אויך האט מען גערעדט איבער דעם וואס חז"ל זאגן אז צדיקים אפילו ווען זיי לעבן שוין נישט זענען זיי נאך אסאך גרעסער ווי ביים לעבן, און ווי דער רבי זאגט אז א צדיק ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט, איז עס בלויז ווי ער גייט פון איין צימער צו א צווייטע, און מען קען פועלן גאר גרויסע זאכן ביי א ציון. די קינדער זענען געווען זייער פרייליך צו גיין מתפלל זיין, זיי אלע זענען דאך שוין געוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן, און זיי האבן זיך געגרייט יעדער איינער צו בעטן זייערע בקשות ביים ציון פון הייליגן צדיק.
אנקומענדיג צום ציון זענען די קינדער גלייך צוגעגאנגען צום הייליגן ציון, מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין, קינדער ווי וואויל און דרך ארצ'דיג זיי זאלן זיין, זענען זיי נאכאלץ קינדער, און געזונטע קינדער זענען נישט פארשלאפן, נאר האבן אסאך ענערגיע וואס זיי דארפן ארויסגעבן. דארט ביים ציון איז געזיצן א איד וואס האט נישט געקענט פארנעמען די געפילדער פון די קינדער, ער האט זעט אויס געדארפט אביסל שטילקייט, און האט זיך כסדר געבייזערט און געטיילט פסקים צו די קינדער "גייטס נישט דא", "זייטס שטיל", "גייטס אריין", "גייטס ארויס", און וואס די קינדער האבן נאר נישט געטון איז ער נישט געווען צופרידן.
אזוי אויך דערנאך ווען מען איז צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן וויזניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט דערנעבן, איז ער ווייטער געשטאנען אין וועג, און געשריגן אויף זיי "מאך אויף די טיר", "מאך צו די טיר", און אזוי ווייטער.
אויפן וועג אהיים האבן די טייער מלמדים געשמועסט מיט די קינדער, "פארוואס איז דעי מענטש אזוי גערעגט? פארוואס שריידט ער א גאנצן צייט"? האבן זיי געוואלט פארשטיין, די מלמדים האבן שיין ערקלערט פאר די תמימות'דיגע קינדער, אז ווי עס זעט אויס איז ער זייער צובראכן, און דערפאר זעט אויס איז ער דא געקומען מתפלל זיין, און לאמיר טאקע אינאיינעם מתפלל זיין פאר דעם איד אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף, און קומענדיגע מאל זאל מען אים שוין טרעפן פרייליך. אזוי האבן די קינדער טאקע געטון, און די קינדער אינאיינעם מיט די מלמדים האבן ערליך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דעם איד, און ער זאל שוין געהאלפן ווערן.
קומענדיגע מאל ערב ראש חודש ווען מען איז ווידער געפארן קיין מאנסי צו די ציונים פון די צדיקים, האבן זיך די קינדער אויפן וועג דערמאנט פונעם עפיזאד פאריגע חודש, און עס איז געווען א שטיקל "דעבאטע" צווישן זיי אויף וואס מען דארף מתפלל זיין, א טייל האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אים נאכאמאל טרעפן אבער פרייליכערהייט, און אנדערע האבן מתפלל געווען אז ער זאל נישט דארט זיין.
ווי ערשטוינט זענען די קינדער געווען, ווען זיי זענען אנגעקומען דאס מאל, האבן זיי געטראפן דעם זעלבן איד, אבער דאס מאל האט ער געהאט א גרויסע שמייכל אויפן פנים, ער האט אויפגענומען די קינדער גוטמוטיג, און זיי געפרעגט וואס זיי מאכן, און זיי געמאכט שפירן גוט. די קינדער זענען אויך געווען זייער פרייליך אים צו זען אין א גוטע מוד. אזוי האבן זיי דארט פארברענגט מיט זאגן קאפיטלעך תהלים און האבן מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס זיי דארפן.
ווען מען איז אהיים געפארן האבן די קינדער פרייליכערהייט געזאגט פאר די מלמדים אז זיי זענען זיכער אז זייערע תפילות זענען אויסגעהערט געווארן, און דער אייבישטער האט געשיקט פאר דעם איד די ישועה וואס ער האט געדארפט, און זיי זענען זייער צופרידן צו זען ווי דער איד איז שוין יעצט פרייליך.
אזוי וואקסן די טייערע קינדער אויף מיט די גרעסטע מתנה וואס א טאטע קען נאר געבן פאר זיין קינד, אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס הערט אים אויס, און קען אים העלפן, און וויל אים העלפן, און וועט אים העלפן.
חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה