די קינדער פון די קרית יואל'ער חדר זענען געווען זייער פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו מאכן נאך א סיום.
 
יעדן טאג לערנען די געטרייע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א מיט די קינדער פלייסיג חומש, משניות, גמרא. דאס אלעס לערנט מען מיט א שמחה. מען האט די זכיה צו לערנען די הייליגע תורה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן.
 
צו דעם לערנט מען דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספר המדות", אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד". דער ספר איז פול מיט דברי מוסר, זיסע עצות, און חיזוק אויף עבודת ה'. יעדן טאג לערנט מען איין שטיקל און די מלמדים ברענגען עס אראפ לעבעדיג אויף א וועג אז די קינדער זאלן עס קענען נעמען אויף למעשה טאג-טעגליך.
 
יעצט ווען מען האט געענדיגט נאך אן אות אינעם ספר, זענען די קינדער באלוינט געווארן מיט א שפאציר צום וואסער.
 
די מלמדים האבן ערקלערט פאר די קינדער אז דער הייליגער רבי זאגט אז ביים וואסער איז זייער א גוטער פלאץ צו בענקען צום אויבערשטן, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען דער אויבערשטער האט צוטיילט די וואסערן, האבן די אונטערשטע וואסערן געוויינט צום אויבערשטן "אנן בעינן למהוי קדם מלכא קדישא" - מיר ווילן זיין נאנט צום אויבערשטן.
 
רופט זיך אן איינע פון די טייערע קינדער צום מלמד, "וואס הייסט די אונטערשטע וואסערן וויינען ווייל זיי ווילן זיין אויבן? לגבי דעם אויבערשטן וואס מיינט אונטן און אויבן? דער אייבערשטער איז דאך איבעראל, כבודו מלא עולם, לית אתר פנוי מיניה."
 
עס איז א נחת צו הערן די קשיות פון די קינדער וועלכע וואקסן אויף מיט אזא ריינע און קלארע אמונה, וואס דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן.
 
עבידנא יומא טבא לרבנן.