קינדער פון ת"ת ברסלב קרית יואל באקומען הארציגע ברכה פונעם וויזשניצער ראש ישיבה שליט"א
יג כסלו תשפ"ו 📝
עס איז געווען א גאר פרייליכער מאמענט פאר די קינדער אינעם חדר אין קרית יואל, די אינגע קינדער האבן זוכה געווען צו פראווען נאך א סיום. די לעכטיגע קינדער האבן פלייסיג געלערנט יעדן טאג אביסל, און זענען זוכה געווען צו ענדיגן אות ב' פונעם הייליגן "ספר המידות" פונעם הייליגן רבי'ן. די געטרייע מלמדים הרב יואל טייטלבוים שליט"א און הרב לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א האבן געמאלדן פאר די טייערע קינדער, אז לכבוד דעם סיום וועלן זיי באלוינט ווערן מיט א ספעציעלן טריפ. א נסיעה צו די הייליגע ציונים אין מאנסי, וואו עס ליגן די צדיקים הרה"ק מריבניץ, די צדיקים לבית וויזניץ און סקולען, זכותם יגן עלינו. דארט וועלן די קינדער האבן די געלעגנהייט צו מקיים זיין וואס זיי האבן געלערנט אין ספר המדות איבער די גרויסקייט פון מתפלל זיין ביי א קבר פון א צדיק, וואס דער רבי זאגט אז מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות אפילו מען איז עס נישט ווערד.
ביי דער נסיעה האט זיי אפגעווארט אן אומגעראכטענע סורפרייז. ווען די קינדער האבן געענדיגט זאגן תהלים און אויסגיסן זייער הארץ ביי די קברי צדיקים, האבן זיי באגעגנט דעם חשוב'ן ראש ישיבה פון וויזשניץ, הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א, וועלכער איז פונקט ווי זיי אויך געקומען פוקד זיין די ציונים פון די צדיקים און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ער איז פונקט פארבייגעגאנגען די לעכטיגע קינדער. זעענדיג די לעכטיגע קינדער האט ער זיך אפגעשטעלט זיי צו באגריסן. מען האט געזען אויפן ראש ישיבה'ס פנים די גרויסע התפעלות וואס ער האט פון די קינדער. ער האט זיך נאכגעפרעגט וועלכע חדר דאס איז, און נאכן שמועסן עטליכע מינוט מיט די קינדער האט ער געזאגט בזה הלשון, "יכרו שהם זרע ברך ה'", ער האט געקוקט אויף די ריינע קינדער און געזאגט אז מען זעט אויף זיי אז זיי לעבן מיטן אויבערשטן.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעוויזן א שטארקע אינטערעסע אין די קינדער. ער איז געווען שטארק איבערגענומען צו זען אזעלכע ריינע נשמות ווי זיי לעבן מיט אמונה און יראת שמים. ער האט זיי אויסגעהערט און זיך נאכגעפרעגט אויף וואס זיי לערנען.
דערנאך האט ער זיי געבענטשט מיט הארציגע ברכות זיי זאלן מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, און האט צוגעלייגט אז מען זעט אויף די ברסלב'ע קינדער דעם פסוק "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך."