אין א גוטע שעה איז אין די לעצטע טעג פארענדיגט געווארן די ארבעט פון פארגרעסערן און פארברייטערן די קליידער געשעפט אינעם ברסלב'ן שטעטל.
 
דער געשעפט  גייט שוין אן ברוך השם זינט דער גרינדונג פונעם שיינעם שטעטל, אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געזען פאר וויכטיג עס זאל ווערן צוגעשטעלט אזא סערוויס, כדי משפחות זאלן קענען איינקויפן קליידונג פאר צוגענגליכענע פרייזן.
 
דער סטאר האט זיך אנגעהויבן אויף א קליינעם פארנעם אין די בעסמענט פון משפחת היילפרין שיחיו, אבער מיט די צייט האט מען געזען אז דאס פלאץ איז צו ענג און קליין, און א גרויסע לאקאציע איז געווארן וויכטיג. די הנהלה איז דעריבער אריינגעשפרינגען און אפגעקויפט דערפאר א גרויסע בנין און דארט אריבערגעצויגן די קליידער סטאר. אין די זעלבע צייט האט מען געעפעפט דארט דעם קאמפיוטער קיאסק, וואס דער ראש ישיבה האט געפאדערט תיכף ביים עפענען דעם שטעטל אז עס זאל ווערן צוגעשטעלט, כדי מען זאל קענען איינצוקויפן אנליין אינדרויסן פון שטוב, און אידישע הייזער זאלן קענען בלייבן ריין פון די פארשידענע כלים.
 
די פילע משפחות וואס ציען זיך כסדר אריבער צום שטעטל האבן אבער צוגעברענגט אז דער נייער פלאץ איז ווידער קליין געווארן, און האט ווייטער געברענגט א נויטע געברויך מען זאל זיך אויסברייטערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט דעריבער געבעטן דעם חבר ההנהלה מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו צו זען אז מען זאל פארברייטערן דעם יעצטיג פלאץ כאטש אויף דערווייל, ביז מען וועט טרעפן א גרעסערן לאקאל.
 
תיכף האט מען זיך גענומען צו די ארבעט, דער געטרייער מו"ה אליעזר שמן הי"ו האט זיך צוגעשטעלט מיט הארץ און געפיל, און אויפגעבראכן נאך עטליכע צימערן וואס זענען נישט געווען דערווייל אין באניץ, וואס האט היבש אויסעברייטערט דעם באזאר, צום צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער.
 
יעצט ביים שרייבן די שורות איז שוין די ארבעט אינגאנצן פערטיג געווארן און דער געשעפט איז שוין פולקאם גרייט צו סערווירן אלע חשובע משפחות מיט פיל א גרעסערע אויסוואל פון אלע סארטן שיינע קליידער פאר די גאנצע משפחות פון אויבן ביז אונטן, אלעס פאר אפאר דאלער.
 
דא איז די פאסיגע פלאץ אויסצודרוקן הכרות הטוב פאר אלע חשובע פרויען וואלונטירן וואס העלפן ארויס אהערצושטעלן און מסדר זיין דעם באזאר ווי עס דארף צו זיין. יעדע וואלונטיר האט זיך זיין ארבעט וואס ער טוט מיט גרויס געטריישאפט, מיט הארץ און נשמה, איינער פאקט אויס קליידער, אנדערע זענען מסדר די קליידער וועלכע זענען ראוי צו ווערן פארקויפט און וועלכע נישט, אלע טוען די ארבעט מיט די גאנצע הארץ און נשמה אלעס כדי די באזאר זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן אופן, ווי אלע איינקויפער קענען עדות זאגן אז די באזאר איז גאר שיין און מסודר אהערגעשטעלט נישט ווייניגער ווי די שענסטע קליידער סטארס. דער אייבערשטער זאל באצאלן די חשובע וואלונטירן מיט אלעס גוטס, זיי זאלן זען אסאך נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.