אין די יעצטיגע טעג, גייט אן די יערליכע קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח.
דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט אן אויסנאם שווערע. ברוך ה' אז די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות.
עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג גאר אסאך געלט פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות.
אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט.
אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, #101 718-384-1652
כל דכפין ייתי ויכול!
 
צו מנדב זיין דורך "פּעי-פּאַל"