קמחא דפסחא קאמפיין איינגעפעדימט
יט אדר תשע"ח 📝
כאטש וואס מיר האלטן נאך אין די פרייליכע פורים טעג, האט זיך שוין אנגעהויבן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח . דאס יאר הויבט מען אן דעם קאמפיין פריער ווי געווענליך צוליב דעם אויסנאם שווערע פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט. ברוך ה' אז די מוסדות האבן זיך זייער שטארק צעוואקסן, און מען האט אין די לעצטע חדשים געדארפט צובויען עטליכע פרישע קלאס צימערן, אויסער די נייע קאך און לאנטש רום וואס מ'האט געדארפט אהערשטעלן. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האט מען שוין אנהויבן דעם קאמפיין, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 #101.
כל דכפין ייתי ויכול!