אין די יעצטיגע טעג איז איינגעפעדימיט געווארן די יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין וואס צילט צו דעקן די געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס אין אונזערע מוסדות, אז די ערליך פארדינטע פעיראל פון אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אויסגעצאלט ביז פסח.
 
די פינאנציעלע מצב פון די הייליגע מוסדות איז יעצט זייער שווער. עס האלט שוין דארט אז מען איז שוין שולדיג שווערע צענדליגע טויזנטער דאלערס פאר די פאר די איינגעשטעלטע פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה, און די סקול.
 
געלויבט דעם אייבערשטן, אז מען האט זוכה געווען צו עפענען אין די לעצטע יאר נאך עטליכע סניפים פון די מסדות אין עטליכע שטעט וואס גייט אן ברוך השם מיט גרויס הצלחה, וואס האט אבער פון די אנדערע זייט צוגעלייגט גאר אסאך פישע הוצאות, וואס די הנהלת המוסדות פלאגן זיך יעדן טאג צו טרעפן פון וואו צו דעקן דעם שטארק פארגרעסערטן דעפעציט.
 
אין די יעצטיגע ערב פסח צייט, פילן אנשי שלומינו פאר וויכטיג ארויסצווייזן הכרת הטוב און שטיצע פאר די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר אונזערע קינדער במשך די גאנצע יאר, זיי לייגן אריין זייער הארץ און נשמה אין די טייערע קינדערלעך, און טוען אלעס וואס זיי קענען אז זיי זאלן אויסוואקסן מיט א ריינע אמונה, און פילן אן די קעפעלעך מיט תורה און יראת שמים. דאס אלעס טוען זיי אן דערנידערן אדער פארשעמען ח"ו, נאר גיין אויפן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, פארקערט מען בויעט אויף די קינדער, און אזוי לייגט מען אריין אין זיי א ליבשאפט צום אייבערשטן, צו די תורה, און צו די מצוות.
 
יעצט ווען עס קומט דער פרייליכער יום טוב פסח, איז אונזער פליכט צו טון וואס מיר קענען אז זיי זאלן זיך נישט דארפן מוטשען צו קענען איינקויפן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס לכבוד יום טוב.
 
אין די לעצטערע יארן איז דער קאמפיין ברוך השם געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. 
 
מיט אייער ווארימע נדבה וועלן די פילע משפחות אויך היי יאר קענען אריינברענגען דעם יום טוב בעזרת השם יתברך מיט הרחבת הדעת. און איר וועט זיין א גלייכע שותף אין די הייליגע ארבעט.
 
רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 / 0 און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-578-0495.
 
מען קען זיך משתתף זיין אנליין, דורכן פּעיפּעל פּלאטפארמע.
 
כל דכפין ייתי ויכול!