קען א פלוג לעבן אָן אַ קאָפּ?
ג סיון תשפ"ד 📝
פראגע: איז עס אמת אז א פלוג קען לעבן אָן זיין קאפ.
ענטפער: פליגן אטעמען נישט דורך זייער מויל, זיי באקומען אקסיגען דורך זייער הויט דירעקט צו זייערע אברים, דאס מאכט אז א פלוג קען טעארעטיש לעבן אביסל אפילו אן זייער קאפ. אבער אפילו זיי קענען אזוי גערופן "לעבן" וועלן זיי נישט קענען פוקנציאנירן, ווייל זיי דארפן האבן זייער קאפ צו זען, שפירן, עסן, און טרונקען, און זיי וועלן גאנץ שנעל שטארבן פון הונגער און דורשט.
דא אויף דער וועלט זענען אויך דא להבדיל מענטשן וואס "לעבן" אן א קאפ. זייער קאפ ליגט זיי ביי א צווייטן, ער טראכט נאר וואס דער שכן זאגט, און וואס דער שכן טוט, און וואס דער שכן האלט. ער האט בכלל נישט קיין קאפ. פאר אונז דאכט זיך אז אזא מענטש לעבט ער גייט ארום, ער עסט ער טרונקט, אבער ער טוט עס נאר ווייל יעדער טוט עס; און אפילו ווען עס קומט צו מצוות און מעשים טובים, פארגעסט ער נעבעך פון זיין נשמה און פונעם אויבערשטן, ער האט נעבעך נישט קיין קאפ צו טראכטן, און ער האלט שבת, ווייל ס'איז נישט נארמאל צו מחלל שבת זיין. און ליידער ווען עס קומט צו מצוות וואס אסאך זענען ליידער נזנח, טראכט ער נישט קיין צוויי, און טוט וואס איז נארמאל. וואס פארא טענות קען מען האבן צו אים, עס לעבט א טויטע מענטש, און עס איז אונזער אחריות צו מפיץ זיין דעם רבי'נס ליכט פאר אלע אידישע קינדער, און מען קען אזוי ארום צוריק געבן פאר אידישע קינדער זייער קאפ, און זיי קאננעקטן צום אויבערשטן, ער הייבט אן צו זען אז ער האט א תפקיד אויף דער וועלט, און ער קען האבן א פערזענליכער קשר מיט'ן אויבערשטן.
א קאפלאזע פלוג וועט שטיין באוועגלאז אויף זייער פלאץ, ווייל ער האט נישט די סענסארס פון זיין קאפ וואס מיט דעם ווייסט ער וואס עס טוט זיך פארנט פון אים, אויב מען וועט אים געבן א שטופ, וועט ער זיך רוקן א ביסעלע און ווייטער בלייבן שטיין. ער לעבט ווי א טויער ער האט נישט קיין ציל אויף דער וועלט.
עס גייען נעבעך ארום צווישן אונז פילע מענטשן וואס דער סמ"ך מ"ם מאכט זיי שפירן אן א קאפ, און זיי גייען ארום אן קיין ציל און אן קיין תכלית, אין מאנהעטן ווען מען קוקט שוין יא ארויף אויפן הימל, טראכט מען נאך אלץ נישט פונעם אויבערשטן, מען זעט נאר די ריזיגע בנינים וואס פארבלענדן די אויגן, און מען דארף נאך שטארק אנכאפן דעם קאפל, ווייל דאס קען מען ח"ו אויך פארלירן אזוי. אבער די גוטע נייעס איז אז ווילאנג א מענטש לעבט, קען מען אים נאך צוריק אויפלעבן זיין קאפ, ער זאל זיך נאר צוהערן צו די צדיקים, און אנהייבן פאלגן בתמימות ובפשיטות, דער עיקר איז רעדן צום אויבערשטן, דערנאך לערנען אביסל, זאגן די ווערטער פון די תורה, מעביר סדרה זיין אביסל יעדן טאג, וועט מען צוריק אויפלעבן, און באקומען א ציל און אנהייבן שפירן א סיפוק אין לעבן.
כי הם חיינו ואורך ימינו
איר קענט שיקן פראגעס צו askgershon@gmail.com.