קען א קאר פארן דורך וואסער אנשטאט געז
יב טבת תשפ"ו 📝
שאלה: היינט איז געווען א טענה'ריי צווישן מיינע חברים אויב עס איז מעגליך אז א קאר זאל פארן אויף וואסער אנשטאט געז, אדער עלעקטריק. טייל זאגן אז מען קען עס מאכן, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט מעגליך, ווייל וואסער קען נישט מאכן קיין אויפרייסן, וואס דאס געבט די כח צו פארן. וואס איז דער אמת?
ענטפער: זיכער קען מען פארן! "שפכי כמים לבך נכח פני ה'". דו קענסט פארן און אנקומען מיילן און מיילן. יעדעס ווארט וואס דו רעדסט צום אויבערשטן איז אן אויפרייס וואס קען עקספלאדירן. דו קענסט זוכה זיין מיט איין ווארט צום אייבערשטן אנצוקומען וואו דו ווילסט. גיס אויס ווי וואסער דיין הארץ, ווי די וואסערן בענקען און וויינען צום אייבערשטן.
דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות אז "א פלאץ וואו צוויי וואסערן קומען זיך צוזאמען, איז א פלאץ זיך אויסצוגיסן דאס הארץ." פארוואס? ווייל די וואסערן שרייען "אנן בעינן למהוי קדם מלכא קדישא?" - מיר ווילן אויך זיין נאנט צום אייבערשטן. זייט דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, בענקען די וואסערן. ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ אזוי ווי וואסער, ער רינט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער איז אפן מיטן אייבערשטן, פארט מען זייער ווייט, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
דו פרעגסט וועגן א קאר? דאס איז די עכטע קאר. אבער א קאר מיט פיר רעדער קען נישט פארן מיט וואסער. וואסער איז טאקע צוזאמגעשטעלט פון היידראדזשען און אקסידזשען, און מען קען דורך עלעקטריציטעט ארויסנעמען דעם היידראדזשען פון דעם וואסער, און טעכניש קען מען דאס נוצן צו מאכן א מאטאר פארן, אבער מען דארף נוצן מער ענערגיע צו צוברעכן דאס וואסער וואס קען מאכן א קאר פארן, ווי די סכום ענערגיע וואס מען וואלט געדארפט האבן צו שטופן די קאר.
עס איז א שאד צו נוצן די ענערגיע אויף זאכן וואס וועלן גארנישט ברענגען. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "דער וועלט איז נישט און מען קען עס נישט באקומען, יענער וועלט איז יא, און מען קען עס יא באקומען." די וועלט נארט אונז אויס אויף ביידע וועגן. דער סמ"ך מ"ם רעדט אונז איין פון איין זייט כאילו די וועלט פארקויפט עפעס, און פון דער אנדערער זייט וויל ער מיר זאלן ח"ו טראכטן אז מיר קענען נישט צוקומען צו דינען דעם אויבערשטן. אז מיר וועלן ווייטער בלייבן ביים צדיק וועלן מיר בעז"ה נוצן אונזער ענערגיע אויף זאכן וואס וועלן אונז קענען טראגן צום ריכטיגן דעסטינאציע.