קעניג אדער קיסר

כ אדר תשפ"ה 📝
שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייזער (אדער קייסער)?
ענטפער: א "קעניג“ און א "קייזער“ זענען ביידע הערשער, אבער עס זענען דא חילוקים צווישן זיי: א "קעניג" איז דער הערשער פון א לאנד אדער קעניגרייך. ער באקומט זיין מאכט דורך ירושה אדער וויילע, און זיין מלוכה איז באגרעניצט צו איין לאנד (ווי דער קעניג פון ענגלאנד, פראַנקרייך, אדער שפאניע). א "קייסער" הערשט איבער אן אימפעריע, וואס איז געווענליך א גרופע פון עטליכע לענדער, פעלקער, אדער ראיאנען. ער האט מער מאכט ווי א קעניג און איז א הערשער איבער קעניגן (ווי דער קייזער פון רוים אדער דער רוסישער צאר).
עטליכע ביישפילן פון קעניגן און קייסערן אין די לעצטע היסטאָריע פון אייראָפּע: קעניגן: דער קעניג פון ענגלאנד (בריטישע מאנארכיע) – קעניג דזשארדזש, קעניגן עליזאַבעט, וואָס האָט געהערשט פאַר איבער 70 יאָר. היינט קעניגט אין ענגלאנד קעניג טשאַרלס דער דריטער. קעניג פון שפאניע – קעניג כואן קאַרלאָס, היינט קעניגט אין שפאניע קעניג פעליפּע דער פערטער. אין בעלגיע איז פיליפ דער יעצטיגער קעניג. אין שוועדן דינט קעניג קאַרל גוסטאַף דער זעכצנטער אלס קעניג זינט תשל"ג. אין נארוועיגע הערשט קעניג האראַלד דער פינפטער אלס קעניג פון תשנ"א.
קייסערן: דער לעצטער קייזער פון די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע איז געווען קייזער קאַרל דער ערשטער, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אימפעריע צעפאלן. דער לעצטער דייטשער קייזער איז געווען קייזער וויליאם דער צווייטער ער האט געדינט אויף די פאזיציע ביז נאך דער ערשטער וועלט מלחמה. אין רוסלאנד איז ליידער שלעכט בארימט "צאר ניקאליי" דער צווייטער, דער לעצטער צאר פון די רוסישע אימפעריע, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די באָלשעוויקן אין יאר תרע"ח.
אונז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק באקאנט מיט די צוויי ווערטער, וויבאלד מיר לערנען דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" ווי דער רבי פארציילט די מעשה פון די מלך מיט'ן קייסער וואס האבן צוגעזאגט זיך משדך צו זיין, אויב מען ווייסט דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייסער פארשטייט מען בעסער די מעשה, מ'זעט אז דער קייסער האט נישט געפאסט זיך משדך צו זיין מיט א קעניג, ער האט געוואלט זען צי דער בן מלך קען פירן "מדינות", די מעשה האט אין זיך פילע סודות התורה, און לערנען די מעשה איז מסוגל צו ווערן אן ערליכער איד, איינען פון די זאכן זעט מען זיי האבן אלע געטראכט אז דאס איז א גוטע שידוך, אבער זיי האבן זיך געשעמט צו רעדן דערפון - זיי האבן דאן געמיינט אז דער בת קייסער איז א דאקטאר, און נאכן טרונקען וויין האבן זיי געזאגט "ווי שיין וואלט געווען די קעניגן זאל חתונה האבן מיט'ן דאקטאר", האט דער דאקטער געזאגט "זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק ניכטערערהייט", דאס גייט ארויף אויף אונז, עס קומט פורים, מען טרונקט וויין, און עס קומט ארויס די פנימיות פון אידישע קינדער, מען וויל זיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט אונז, זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק א גאנץ יאר. דאס וועט געשען ווען מיר וועלן אויפהערן דינען דעם "פאסטוך" און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן. א גאנץ יאר "פאסט נישט" צו רעדן פון אמונה, א גאנץ יאר "פאסט" צו זיין "נארמאלע" מענטשן, דער אייבערשטער בעט אונז מיר זאלן אוועק ווארפן אלע חשבונות און רעדן פון אמונה אפן א גאנץ יאר.
בנוגע צי מען שרייבט "קייזער" אדער "קייסער" - די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז "קייסער", מיט אַ סמך. אבער מען זאגט עס ארויס מער ווייניגער מיט א ז'. דער מקור פון דער ווארט קומט פונעם לאטיינישן ווארט Caesar, און ווערט ארויסגעזאגט אין פארשידענע שפראכן אויף אנדערע וועגן, ערגעץ צווישן "סיסער" און קייזער". דרך אגב "צאר" איז דער רוסישער ווארט פאר "קייסער", און אויף ענגליש זאגט מען עס גענצליך אנדערש "עמפּאַראָר".
מיר אלע ווייסן אז דער אייבערשטער איז דער "מלך מלכי המלכים", דאס מיינט לכאורה דאס. עס איז דא א "קעניג" א מלך, דערנאך איז דא א "קייסער" ער איז א "מלך המלכים", און דער אייבערשטער איז קעניג אויף אלעם אריינגערעכענט די "קייסערן" דאס מיינט א "מלך מלכי המלכים".