קרית ברסלב באקומט ברוך השם פרישע פערמיטן צו בויען הייזער
ח תמוז תשפ"ב 📝
ווי געמאלדן א צייט צוריק איז מען אדורך אסאך שוועריקייטן צו בויען פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו אויף די ליידיגע שטחים אין שטעטל, נאכדעם וואס די באאמטע האבן זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט דאס זאל נישט צושטאנד קומען, צוליב וואס זיי האבן - ווי עס שיינט - געוואלט מקיים זיין דאס וואס חז"ל זאגן "עשיו שונא ליעקב", און אויך ווייל דער אייבערשטער האט ליב צו הערן אונזער קול פון תפילה. זיי האבן זיך יעדע מאל ארויסגעדרייט מיט אנדערע לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי געבן נישט דאס מאל קיין פערמיטן. דאס לעצטע מאל איז געווען דער תירוץ אז מען דארף זען אויב עס איז דא גענוג וואסער אין די געגנט פאר די משפחות וואס וועלן וואוינען אין די פרישע הייזער.
נאכדעם וואס מען האט זיי דאס אויך צוגעשטעלט און געוויזן אז דער אייבערשטער האט גענוג וואסער פאר יעדן, האבן זיי זיך נישט געשעמט נאר ווייטער זיך פרובירט ארויסצודרייען מיט קינדערישע אויסריידן, וואס האט געהויבן ברעמען פון יעדעם זעענדיג די זינלאזע תירוצים מיט וואס זיין דרייען זיך ארויס.
יעצט נאך אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען האבן נאך הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין אזוי לאנג צו קומען וואוינען אינעם הייליגן ברסלב'ן שטעטל - קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די באאמטע האבן זיך געבראכן און געגעבן ערלויבעניש צו אנהייבן בויען נאך הייזער.
אן אינטערסאנטע זאך האט זיך אפגעשפילט ביים לעצטן טאון מיטינג, ווען עס האט געפעלט איינע פון די באאמטע וואס אָן אים האט מען נישט געקענט באקומען די ערלויבעניש פאר די הייזער, ער האט זיך פרובירט צו פארבינדן עלעקטראניש אבער עס האט עפעס נישט געארבעט. די געטרייע הנהלה מעמבערס וואס זענען אנוועזנד געווען ביים מיטינג האבן שטילערהייט געריסן תפילות אז מען זאל יא קענען באקומען די פערמיטן, און מען זאל נישט ארויסגיין נאכאמאל מיט ליידיגע הענט נאכדעם וואס ס'איז שוין אזויפיל מאל דורכגעפאלן, ביים סוף האט דער נס פאסירט און זיין פארבינדונג איז אדורך בשלום און ער האט געקענט מיטהאלטן דעם מיטינג און געגעבן די ערלויבעניש וואס האט נאך פון אים אויסגעפעלט.
די שטחים וואו מען גייט בויען פרישע הייזער זענען ווי פאלגענד; איינס איז אויף די רעדקליף גאס, ביים שטח וואו עס איז געווען די פארם א צייט צוריק.
אויך גייט מען בויען נאך א גרויסע דעוועלאפמענט פון פרישע דירות אויף די טווין ברידזש גאס, הארט נעבן די אכט הייזער וואס איז געבויעט געווארן פאר א יאר צוריק, דארט וועט זיין פארשידנארטיגע דירות, עס וועט זיין אפאר גרעסערע דירות וואס וועט פארקויפט ווערן לויט די ליסטע וואס דער ראש ישיבה האט, אויך וועט געבויעט ווערן אסאך "פורנישד" חתן כלה דירות, וואס וועט זיין ספעציעל אהערגעשטעלט פאר פרישע קאפלס מיט אלעס וואס א דירה דארף צו האבן, ווי למשל בעטן, טיש און בענקלעך, פרידזשידער, אויוון און אזוי ווייטער, כדי צו זיך קענען אריינציען אן דארפן אויסגעבן ריזיגע געלטער וואס נישט יעדער האט בשעת מען מאכט חתונה א קינד.
אויך גייט מען בויען נאך א דירה אויף די גארדן האַוז גאס, און נאך אפאר דירות אויף האשקי ביים ווינקל פון די שטיגליץ גאס.
לאמיר נישט פארגעסן פאר קיין איין רגע אז דאס אלעס איז נאר צושטאנד געקומען ווייל מיר ווייסן פון די לעכטיגע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און דאס האבן אנשי שלומינו געטון, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין פרישע דירות אין שטעטל, און תפילה העלפט אזוי ווי מען קען דא זען באשיינפערליך.
עס איז צום האפן אז דאס וועט ברענגען חיזוק אויף תפילה פאר אלע אנשי שלומינו, צו זען אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן העלפט דער אייבערשטער, ביים אייבערשטן איז נישט קיין חילוק צו מען בעט א קלייניקייט אדער גאר אזא גרויסע זאך ווי א הויז.