איך האף אז מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אונזערע ליינער דעם קרית ברסלב בלעטל, וואס עס שטעלט מיט זיך פאר, און וואס דאס איז. אלע משפחות פון אנשי שלומינו ליינען דורך די פילע אינהאלטספולע בלעטער יעדע וואך, און מען ברענגט עס אהיים רואיג וויסענדיג אז דא וועט מען ליינען ערליכע מאטריאל וואס וועט נאר ברענגען יראת שמים, מידות טובות, אמונת חכמים, תמימות, און אריינלייגן די פילע עצות פון הייליגן רבין אויף א געשמאקע אופן.
 
בראש פונעם אויסגאבע שטייט דער געטרייער רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש יעדע וואך לאנגע שעות און טעג, און מאכט זיכער אז אנשי שלומינו זאל האבן ערליכע געשמאקע ליין מאטריאל ואתו עמו די רעדאקציע, שרייבער און גראפיקער כל אחד בשמו הטוב יבורך.
 
לכבוד די צוויי הונדערטסטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט די וואך א ספעציעלע פראיעקט געשריבן דורכן בארימטן שרייבער ר' ישראל דוד העסקעל ני"ו, וואס וועט מהנה זיין דעם עולם, ווי מען וועט קענען זען אין די יעצטיגע אויסגאבע.


אנשי שלומינו האבן זייער הנאה צו ליינען די פילע אפטיילונגען, אנגעהויבן פון די "וועלטליכע נייעס" געשריבן דורך ר' גרשון קרעמער וואס ברענגט ארויס כסדר פילע אינטערסאטנע אנעקדאטן פון די וועלט און וואס עס מיינט פאר אונז. דערנאך קומט די נייעס פון היכל הקודש וואס האלט אנשי שלומינו אינפארמירט איבער די פילע נייעסן און אפדעיטס וואס טוט זיך איבער די גאנצע וועלט.
 
דערנאך קומט די גאר געשמאקע "מעשיות פון תפלה" קאלום וואס איז לעבנסוויכטיג זיך צו דערמאנען כסדר ווער עס פירט די וועלט און וועם מען דארף בעטן און ווער עס קען העלפן, ווען מען זעט יעדע וואך עטליכע געקליבענע מעשיות מיט נעמען וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן ווען מען האט אים געבעטן.
 
נאכדעם איז דא וועכעטליך א קורצע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז מיר זאלן נישט פארעסן וואס אונזער ציל אויף דער וועלט און איז און געבט געשמאקע ווירקזאמע עצות אויפן לעבן. אויף די זייט דערפון איז דא א "שיחה פון ראש ישיבה שליט"א", א קורצע שמועס איבער א נושא, וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט די בליק פון די תורה אויף אן ענין.
 
נאכדעם איז דא די פרישע קאלום איבער אלץ און אלעמען דורך ר' גרשון קרעמער, וואס שרייבט איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים וואונדער פונעם באשעפערס וועלט, און וואס דאס קען אונז לערנען טאג טעגליך.
 
יעדע וואך באלעקן זיך אנשי שלומינו די פינגער מיט די הומאריסטישע און געשמאקע ארטיקל פון ר' משה ארי' שניטצלער וואס טראגט אונז אויף א רייד יעדע וואך ערגעץ אנדערש, צו אויף די הרי החושך, אדער גאר צו עפעס א מאשקע אין קרעטשמע, פון וועלכע מען קומט ארויס מיט א שיינע מוסר השכל אנצוהויבן פריש לערנען און דאווענען, יעדע וואך אויף א פרישע וועג.
 
די קאלום פון "א מעשה פון א צדיק" קען מען זיכער נישט אויסלאזן, דארט ברענגט מען א שיינע מעשה פון א צדיק וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אויף א וועג וואס מען קען זיך דערפון עפעס לערנען אז אויך מיר זאלן קענען ווערן ערליכע אידן.
 
דערנאך קומט די "לענבסגעשיכטע פון הייליגן רבי'ן" אין פארזעצונגען, ווי עס ווערט געשילדערט אויף גאר א דראמאטישע וועג די פילע מיטמאכענישן פון הייליגן רבין ווי ער האט זיך געפלאגט און געאקערט אלעס כדי מיר זאלן קענען הערן זיינע הייליגע ווערטער און נאנט ווערן צום אויבערשטן.
 
פון דארט פארט מען קיין לאנדאן הבירה צום געשמאקן שריפטשטעלער ר' ישראל דוד העסקעל, וואס פירט אונז אריין אין אן אנדערע וועלט, און טיילט אונז מיט א שמועס אדער עפיזאד אויף א הומאריסטישע וועג וואס מען נעמט מיט טאג טעגליך צו קענען זיין אן ערליכע איד, און זיך נישט לאזן פאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר צוברעכן.
 
דערנאך קומט די הויכפונקט, "א סעודה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", ווי עס ווערט יעדע וואך אראפ געלייגט די געשמאקע סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי ער געבט זיך אפ מיט זיין שטוב, ער רעדט שיין צו זיין ווייב און קינדער, מאכט זיי פרייליך. אנשי שלומינו ליינען עס מיט דורשט און בעטן דעם אויבערשטן אז אויך זיי זאלן קענען פירן א שיינע סעודה און קענען פרייליך מאכן אין שטוב.
 
דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג מיט פילע ארטיקלען פאר די חשובע פרויען און מיידלעך, קודם קומט א פאכמאנישע פאום געשריבן דורך מרת מ. פורסט תחי' וועלכע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע ענין אויף א שיינע וועג, און דערנאך קומט די הערליכע ארטיקל "פאר די ברסלבע שטוב" געשריבן דורך מרת מ. פאפענהיים תחי' פון ירושלים עיה"ק וועלכע שרייבט גאר שיינע זאכן פאר די פרויען וועלכע קענען קוים ווארטן צו ליינען די געשמאקע ארטיקל יעדע וואך.
 
דערנאך קומט די "מעשיות פון תפלה" פאר די פרויען ווי די פרויען פון אנשי שלומינו לייגן אריין זייערע מעשיות ווי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן, און זענען מקיים דעם "בתוך רבים אהללנו" און דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים דורך די שפאלטענעס פונעם אויסגאבע.
 
יעצט קומען די קלענערע צו גיין, עס קומען אן פילע בלעטער פאר די קינדער, חידות, קעסטל רעטענישן, וועגן, ספר המדות פאר קינדער, שיחות פון רבין פאר קינדער, טרעף חילוקים, עצתו אמונה רעטעניש. און דערנאך טרעפן זיך די קלענערע קינדער אין די בילדער, ווי גרויס איז די שמחה פון א קינד וואס טרעפט זיך מיט זיין קליקס אדער לעגא וואס ער האט צוזאם געשטעלט א שיינע פארק, אדער פרעה'ס חלום. און מעשיות פון תפילה פאר קינדער מיט די שיינע בילדער וואס באקט אין די יוגענט פון די וויגעלע אז יא עס איז דא א באשעפער, און ער פירט אלעס, גרויסע זאכן און אויך קליינע זאכן און אלעס אינצווישן, און דו קענסט אים בעטן אלעס, אויך אז דו זאסלט האבן א גוטע ריסעס, און אויך אז דיין בובו זאל זיך אויסהיילן. און דאס וועט ער מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנצע לעבן, אז ווען עפעס וועט אים זיין שווער אויפן הארץ וועט ער וויסן צו וועם זיך צו ווענדן.
 
צום סוף קומט וועכענטליך די בילדער אפטיילונג, ווי מען קען זען שיינע בילדער פון אנשי שלומינו איבער די וועלט, וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה, שמחות ביי אנשי שלומינו, פארברענגען און מסיבות, ווי עס בויען זיך בנינים און אזוי ווייטער.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט ערליכע ליין מאטריאל, און אז עס זאל ארויסקומען נאר א כבוד שמים פון אלע בלעטער און ארטיקלען.