קרית ברסלב גרייט זיך מיטצוהאלטן א געהויבענע יום טוב שבועות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
כט אייר תשפ"ד 📝
שבועות איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט פארן צום הייליגן רבי'ן, און אנשי שלומינו ביזן היינטיגן טאג פירן זיך צו קומען דאווענען דעם הייליגן יום טוב אין א ברסלב'ע בית המדרש, ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז שבועות איז נישט כדאי מען זאל פארן קיין אומאן, נאר ראש השנה האט דער רבי געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף אומאן, אבער שבועות, חנוכה, זאל מען מקיים זיין דאס וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן דורך קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו וואס פאלגן זיינע עצות.
אזוי אין די לעצטע עטליכע יאר וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויך היי יאר קומען אויף שבועות אין שטעטל, און וויבאלד עס זענען דא גאר אסאך תלמידים וואס ווילן קומען, זענען די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב פארומען צו איינרישן זייערע הייזער, עס זאל זיין גרייט גענוג בעטן, סעודות, אז אלע געסט זאלן זיך שפירן באקוועם.
די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, מען פלאנט אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקואות זאלן זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען.
אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דאס זאגן תיקון ליל שבועות די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה אינאיינעם, דערנאך א געשמאקע שחרית, מיט אהבה רבה, הלל, אקדמות, די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.
מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן די צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט!
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני