קרית ברסלב גרייט זיך צו די פילע געסט צום בעפארשטייענדן יום טוב שבועות
כה אייר תשפ"ב 📝
עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין קרית ברסלב, די הכנות צום יום טוב שבועות גייט אן מיטן גאנצן פארע, דאס ערשטע זענען אלע חשובע איינוואוינער פון שטעטל, זיי רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, קאכן סעודות, און גרייטן זיך אריינצונעמען וויפיל געסט עס איז נאר מעגילך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי מאכן זיכער אז דער שול קען אריינעמען די הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר, די הנהלה פונעם בית התבשיל איז איבערגעפולט מיט ארבעט, זיי ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, בפרט די חשובע משפחת מזרחי ארבעט אווער-טיים נעמט אויף די רופער וואס בעטן אן אכסניא, און ענטפערט אלעמען בסבר פנים יפות און פרובירט דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן.
די אלע וואס ווילן נאך קומען אויף יום טוב זאל רופן ווי אמשנעלסטן צו די געטרייע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל אויף 845-248-3218, כדי מען זאל נאך קענען טרעפן אכסניות וואו צו איינשטיין אויף יום טוב.
דער ציבור אנשי שלומינו קען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.
דאס וועט זיין א יום טוב פון קבלת התורה, אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און לערנען די הייליגע תורה, נישט אויסלאזן קיין טאג אן לערנען חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט!
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני