קרית ברסלב מצה בעקעריי ברוך השם געעפנט צום דריטן יאר
ז אדר ב' תשפ"ד 📝
גאר פרייליכע נייעס קומט אריין דער באריכט אז יא אונזער ברסלב'ער מצה בעקעריי האט געעפנט אירע טויערן אויך דאס יאר. נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז דאס יאר וועט מען עס נישט עפענען, צוליב דעם וואס די לעצטע צוויי יאר איז דער מצה בעקעריי געווען א גרויסע פינאנציעלע לאסט אויף די קהילה, און האט דערלייגט אסאך געלט.
דאך האבן אבער אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה נישט אויפגעגעבן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז אויף עפעס א וועג זאל מען קענען עפענען דעם בעקעריי, וואס טראגט גאר א גרויסע חשיבות ביי אנשי שלומינו צוליב דעם וואס ארבייטערס אין די בעקעריי זענען חשובע איידעלע אידן מאנשי שלומינו, וואס לעבן מיט תמימות, אמונה און יראת שמים, בשעת די ארבעט בעט מען דעם אויבערשטן אז די מצות זאלן אריינגעבן אמונה אין אלע וואס עסן דאס.
ברוך השם דער אויבערשטער האט אנגענומען די תפילות פון אידישע קינדער, און עס האט פאסירט א נס, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן שטארק געשוויצט און זיך אוועקעגעבן אז מען זאל קענען עפענען די בעקעריי אויך דאס יאר, אויך האבן זיי גענומען אויף זיך הוצאות פונעם בעקעריי אויב עס וועט זיין מער פון די הכנסות.
מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם נייעם אנטוויקלונג, אזוי אויך קומט זיך הכרת הטוב פאר אלע חשובע ארבעטערס וואס זענען עוסק אין די עבודת הקודש באמונה, און שטעלן זיך צו מיט די גאנצע געטריישאפט אז אנשי שלומינו זאלן האבן ריינע ערליכע תמימות'דיגע און כשר'ע מצות.
דער דיין שליט"א באגלייט די גאנצע ארבעט פונעם באקן, ער קוקט זיך אים און גיבט די הוראות וואס מען דארף טון, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די מצות זאלן זיין כשר בכתכלית ההידור, אויך האט דער דיין שליט"א געמאכט א באזונדערע חבורה ביי די נאכט שעות צוזאמען מיט די חשובע כולל אינגעלייט.
אנשי שלומינו נעמען ארויס פון דא א שטארקע חיזוק אויף די כח פון תפלה און התבודדות, ווען מען זעט ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן, קעגן אלע אויסזיכטן.
מצה מיכלא דמהימנותא