קרית ברסלב שטעטל צייכענט אפ זעקס יאר זינט איר גרינדונג
טו סיון תשפ"ה 📝
ערב שבת קודש פרשת בהלותך, ווערט אפגעצייכט זעקס יאר פון י"ז סיון תשע"ט ווען אנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אנגעהויבן אריינצוען אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט. דאן האט עס אויסגעזען ווי א ווייטע חלום, א שטעטל אינעם ווייטן און וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן מיט סעייתא דשמיא, שטייט מען היינט בלויז זעקס יאר שפעטער, און עס געפונט זיך דארט א הערליכע בליענדע שטעטל ווי קרוב צו צוויי הונדערט און פופציג משפחות יראים ושלמים לעבן אינעם שויס פונעם נאטור מיט'ן אויבערשטן, און אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט פאר'ן שטעטל ברוחניות ובגשמיות
עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט א לענגערע ארטיקל (אדער מערערע ארטיקלען) פאר יעדע איינע פון די אלע סערוויסעס וואס עס ווערן צוגעשטלעט, וואס מיר וועלן דא אויסרעכענען ממש אויפן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטענ'ס אין די צוקונפט טאקע צו קענען אפגעבן א געהעריגע אפהאנדלונג אויף יעדע באזונדער.
היינט צו טאגס פארמאגט דער שטעטל אלע רוחניות'דיגע געברויכן, מען דאווענט טעגליך אין די צוויי וואכן שולן, מיט די צענטראלע שול וואס מען האט נארוואס באנייט וואס דינט ווי א מנינים צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית מנחה און מעריב, אזוי אויך פארמאגט עס א גרויסע לופטיגע היכל התורה, דער שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסע תלמוד תורה און מיידל שולע ווי די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות, א גרויסע בית הדפוס, דער מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה - בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות, א מהודר'דיגע עירוב מיט א וועד העירובין, א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים.
אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען צוויי פרישע בנינים פאר'ן חדר און מיידל שולע, אזוי אויך ארבעט מען צו קענען גרינדן א בית החיים.
די חסד וואס עס טוט זיך דא איז אין לשער,כמעט יעדער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטירישע ארגאניזאציעס, ווי שעוות אסירים - צו גיין באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסות, ביקור חולים וועלכע שיקן אפ פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס וכדומה, וויפיל געבן זיך אוועק פאר הצלה, פייער דיפארטמענט, חברים, חביבים, אדער'ן בית התבשיל וואס פארטיילט בחנם צו עסן, פילע פרויען געבן אוועק צענדליגע שעות א וואך פאר איינע פון די צוויי באזארן - איינס פאר קליידער און איינס פאר פורניטשור - ווי מען פארקויפט אלעס פאר כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארן היים, פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" אז מען זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער פרויען און די קינדער.
פון א גשמיות'דיגע בליק פארמאגט די שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגענט צום צווייטן, די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות, די שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פון אלע געברויכן פון ספרים, קליידער, שפילצייגן, א גרויסע סופערמארקעט און נאך, אזוי אויך פילע טוען אין די קאנסטראקשן ליין, אזוי אויך זענען דא פילע האלסיעל און סערוויס ביזנעסער.
אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט בכמות, נאר באיכות, אינגעלייט בחורים קינדער, ווייבלעך און מיידלעך לעבן אלע מיט תכלית, זיי לעבן מיט ציל צו דינען דעם אויבערשטן, און נאר צו געפעלן פאר אים, מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוטע לעבן דארפן מען אויפבויען א גוטע רילעשנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב האט מען א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער, און מיט דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין, ביז משיח צדקינו.
אבן מאסו הבונים, היתה לראש פינה