יעדער תלמוד היכל הקודש דרייט זיך ארום מיטן "לוח ברסלב", אינעם לוח וועט מען טרעפן אויף יעדע זייט הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס איז בכח ערוועקן א מענטש פון שלאף און אים ווייזן די אוצרות וואס ער קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש.
 
אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן.

דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת.

דאס יאר לייגט דער קרן הדפסה אריין גרויסע כחות אז דער לוח זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא הערליכע איבערגעארבעט א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן בסייעתא דשמיא.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל עס שוין טון, ווייל פון נאך תשעה באב באקומען די מפיצים כסדר בקשות אז מען וויל שוין קויפן דעם נייעם לוח פונעם קומענדיגן יאר.