אין די אפיסעס פון קרן הדפסה היכל הקודש איז מען שטארק פארנומען אין די טעג. עס איז דא אסאך ארבעט א גאנץ יאר, אבער ווען מען שטייט אט איידער'ן אריינגיין אין די הייליגע ד' פרשיות וואכן, און דערמיט די פרייליכע ימים טובים פון פורים און פסח, דארף מען צוגרייטן אסאך סחורה, ווייל די מפיצים לאזן נישט נאך, און די פארלאנג איז גאר גרויס. דערפאר גייט מען אן בסייעתא דשמיא מיט גרויס פלייס צו דרוקן די הייליגע ספרים וויפיל מען קען, כדי די מפיצים זאלן האבן גענוג אז יעדער איד באשר הוא שם זאל קענען זיך מחזק זיין דערמיט און האבן מיט וואס אריינצוגיין אין די הייליגע טעג, און זיך אנפילן מיט אמונה, שמחה און חיזוק.
 
פון דעם ארדערס דעפארטמענט דערציילט מען אויך אז עס קומען אריין באשטעלונגען פון אלע עקן וועלט פון אידן וועלכע ווילן האבן די ספרים אין שטוב, זיך מחיה זיין דערמיט און זיך צוגרייטן דערמיט צו די פרייליכע ימים טובים הממשמשים ובאים.
 
צווישן די ספרים אויף פורים אין קרן הדפסה געפינען זיך:
 


מגילת אסתר עם פירוש גנזי המלך – א שיינער און קלארער פירוש אויף מגילת אסתר געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, וואס ברענגט אריין די מעשה פון מרדכי ואסתר אויף למעשה מיר זאלן קענען ארויסנעמען דערפון חיזוק און עצות טאג-טעגליך.


א פרייליכן פורים – א הערליכער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע אויף אידיש איבער דעם גרויסן טאג פורים.


שמחת פורים און פורים שמח – הערליכע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע אויף לשון הקודש וואס וועלן אייך העלפן מאכן די ריכטיגע הכנה וויאזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג.


הפצה קארטל אויף פורים – קויפט א פעקל קארטלעך צו קענען מפיץ זיין און דערפרייען א צווייטן איד מיט די זיסע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א.


 
אין די זעלבע צייט דרוקט מען אין פולן שוואונג די פסח ספרים. צווישן זיי די הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש און אויף לשון הקודש און נאך פילע נייע און אלטע ספרים און קונטרסים פול מיט אמונה און חיזוק.
 
מען קען באקומען די און אלע אנדערע ספרים ביים קרן הדפסה היכל הקודש, ביי די מפיצים אדער דורכן ברסלב סענטער שאפ וואס שיקט ארויס ארדערס איבער די גאנצע וועלט.
 
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר