קרן הדפסה גרייט זיך פאר אומאן ראש השנה
כה אב תשפ"ד 📝
אין די יעצטיגע טעג גייט אן די ארבעט אינעם קרן הדפסה בנין אויף אווער דרייוו, אלע פרינטינג מאשינען זענען איינגעשפאנט, ריזיגע פאלעטן פון פאפיר ווערן אויפגענומען, מען דרוקט צענדליגע טויזנטער קונטרסים, און די ריזיגע ווערהואז ווערט אנגהויפנעט הערליך מסודר מיט צענדליגע סארטן קונטרסים.
וואס גייט פאר? ווער האט דאס אלעס באשטעלט? איר פרעגט וואס איז געשען? אומאן איז געשען! מען גרייט זיך אויף אומאן ראש השנה, וואס איז פון די הייסטע צייטן פאר הפצה. עס קומען צו פארן קרוב צו הונדערט טויזענט אידן מארבע כנפות הארץ אויפן רוף פון הייליגן רבין וואס האט געבעטן מיט מער פון צוויי הונדערט יאר צוריק, און האט צוגעזאגט צו געבן א תיקון פאר אלע וואס קומען צו אים, צווישן זיי זענען דא זייער אסאך וואס כאטש זיי ווייסן קוים פון אידישקייט, נאכדעם וואס די עמלקים האבן זיי נעבעך אויסגעריסן דאס אידישקייט נאך די הקמת המדינה, אבער פילע זענען געבליבן מיט די פשוטע אמונה, בפרט די אידישע קינדער פון עדות המזרח, וואס זייער ריינע תמימות'דיגע אמונה פונק האבן די גרויסע רשעים נישט ב"ה נישט באוויזן אויסצולעשן.
אין גאנץ כלל ישראל איז דא א צמאון נאך די הייליגע רבינ'ס דיבורים, אבער די אלע אידן בפרט זענען נאך מער הונגעריג און דרושטריג נאכן דבר ה', זיי זוכן די מפיצים און כאפן וויפיל מען קען, און דאס איז מקרב טויזענטער און טויזנטער אידן צום אויבערשטן.
פאר ראש השנה וועלן אנשי שלומינו זיך איינפאקן א פעקל קונטרסים צו טראגן קיין אומאן, וואס וועט זיין די בעסטע שמירה אז די וועגן זאלן דורכגיין געשמאק און גרינג, און אין אומאן וועלן קומען די געטרייע מפיצים און שטיין ביי די פרשת דרכים ביים ציון און וואו נישט, און נישט קוקן אויף קיין רעגן, היץ אדער קעלט, און מפיץ זיין די הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן און דערמיט אויפלעבן נאך א איד און נאך א משפחה.
אני נהר המטהר