קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן אשר בנחל אידיש חלק א'
כב שבט תשפ"ד 📝
זייער שווער קומט אונז אן צו שרייבן איבער'ן די הייליגער בריוון פון ספר הקדוש "אשר בנחל". דאס איז דער ספר וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט בלוט פון זיין הארץ, דער הייליגער ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף אידישע קינדער פון שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס דער סמ"ך מ"ם וואס זאגן אז נישט", "מען קען אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן.
אין די לעצטערע יארן פון מוהרא"ש'ס הייליגע לעבן ווען עס האבן זיך אנגהויבן פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגעדרוקט אין זעקס הערליכע בענדער.
מען האט שוין געדרוקט די ספרים איין מאל און נאכאמאל און צוגעלייגט פילע תיקונים ווי מפתחות און א שטארקע הגה, און וויפיל מען דרוקט איז נישט גענוג נאכדעם וואס די טייערע מפיצים נוצן אויס אלע ספרים גאר שנעל.
יעצט גרייט זיך דער קרן הדפסה איבערצודרוקן דער ערשטער באנד אין א הערליכער פארמאט מיט א הארטע דעקל, מען קען זיך ווענדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 1-347-578-4449 צו קויפן זכותים אין דעם הייליגן ספר אויף וואס מוהרא"ש האט קלאר מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן דעם ספר וועט זען ישועות בכל עשנינים.
אויך קען מען קויפן דער "זכות מהדורה" פאר צען טויזענט דאלער, וואס מיט דעם וועט דער גאנצער שיפמענט גיין אויפן אייביגן זכות פונעם נדבן, אן אומשאצבארע זכות וואס מען קען נישט באגרייפן.
כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים