קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן אשר בנחל חלק ג'

יד שבט תשפ"ה 📝
נאכדעם וואס מען האט אין די פריערדיגע חדשים ב"ה איבערגעדרוקט די ערשטע צוויי בענדער אשר בנחל, האט מען אין די טעג ווען מיר צייענען אפ די צענטע יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן די ארבעטן אין די אפיסעס פון "קרן הדפסה היכל הקודש" איבערצודרוקן דעם דריטן באנד אשר בנחל. כמעשו אין די ערשטע צוויי בענדער, וועט מען אויך דער באנד גענצליך איבערארבעטן, און מען האפט וואס שנעלער עס זאל ארויסקומען לאור עולם. דער סמ"ך מ"ם קריצט מיט די ציין אויף יעדע הייליגע זאך, בפרט ווען אידן ארבעטן אויף פראיעקטן וואס קענען צוריק ברענגען יעדן איד באשר הוא שם צום אויבערשטן, לייגט ער זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן און צו אפהאלטן. אבער דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט נאך, ער איז כסדר מעודד און מחזק די עוסקים במלאכת הקודש מען זאל ווייטער דרוקן די הייליגע ספרים, זאגענדיג אז גייט אים בנפשו מען זאל נישט אפלאזן דאס דרוקן אשר בנחל, ווייל ער האט צוגעזאגט פאר מוהרא"ש זי"ע ביי די לוי' אין בארא פארק, אז ער וועט א גאנץ לעבן דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
דער יעצטיגער מהדורה וועט טראגן דעם נאמען "מהדרות מארקאוויטש" און איז נתנדב געווארן דורך מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו, דער גרויסער זכות וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
אין קרן הדפסה איז נארוואס אנגעקומען דער שיפמענט פון די פריש איבערגעדרוקטע ספרים "אשר בנחל" חלק ב', און די אלע וואס האבן זוכה געווען אפצוקויפן א זכות דערין, געניסן יעצט פון די פילע זכותים פון אידישע שטובער וואס ווערן אויפגעראכטן דורך די מפיצים וואס פארשפרייטן די הייליגע ספרים אין יעדן אידיש שטוב.
אזוי אויך גייט דער נייער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף חינוך הילדים "ותחיין את הילדים" אריין צום דרוק אין די קומענדיגע טעג, מיט'ן אויבערשטענס הילף.
צום שלוס וויל קרן הדפסה איינלאדענען אלע אנשי שלומינו אנשים נשים וטף צום סעודת הילולא פון מוהרא"ש זי"ע וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אינאיינעם מיט א מעמד הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן געהאלפן דעם בית הדפוס במשך דעם יאר, וואס וועט פארקומען קומענדיגן מוצש"ק אינעם HCS רעזארט אין סאוט פאלסבורג, מען וועט זיך וואשן לכבוד דעם יארצייט און לכבוד סעודתא דדוד מלכה משיחא, און מען וועט מיטהאלטן א גאר געשמאקן פראגראם וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.
צו נעמען א חלק אין דרוקן דעם דריטן באנד, אויף וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען זיכערע ישועות, אדער אין די אנדערע הייליגע פראיעקטן פונעם בית הדפוס קען מען רופן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.