קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן די ענגלישע קונטרסים לע"נ הרה"ח ר' משה זאב שווארץ ע"ה
יד סיון תשפ"ד 📝
קרן הדפסה האט היינט געמאלדן אז זיי פלאנען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף איבער צו דרוקן אלע ענלישע קונטרסים וואס ר' משה זאב ע"ה האט איבערגעטייטשט. דאס איז א גרויסע און ערנסטע הפצה פראיקעט, און עס וועט זיין א געוואלדיגע זכות פאר אנשי שלומינו וואס ווילן נעמען א חלק דערין.
ר' משה זאב ע"ה וואס איז נעכטן נסתלק געווארן לחיי העולם הבא האט איבערגעטייטש גאר אסאך קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע אויף ענגליש, וואס האט געמאכט א געוואלדיגע מהפכה ביי די ענגליש רעדנדע ציבור, און האט געגעבן התחקות פאר אומצאליגע אידן איבער די וועלט, און דאס וויל מען יעצט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף ממשיך זיין.
מען קען זיך ווענדן צום גבאי'ן מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 צו נעמען א חלק אין די גרויסע הוצאות, דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן אין א בריוו ווי ער דרוקט זיך אויס די גרויסקייט פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים, ער האט געשריבן "אז דו דארפסט א ישועה - זאלסטו געבן צו דרוקן די הייליגע ספרים "אשר בנחל" און די הייליגע קונטרסים. איך האב פאריגע חודש געגעבן פינף הונדערט דאלער און איך האב געזען א גרויסע ישועה, אויך היינט האב איך נאכאמאל מנדב געווען פינף הונדערט דאלער; איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, איך האף דאס וועט זיין פאר מיר א ישועה."
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אז "מען זעט אפענע ישועות ווען מען העלפט דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן", און "ווען מיר האבן א קלארע הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים", דעריבער איז "א שאד צו זוכן סגולות וואס האבן נישט קיין מקור."
דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן דערמאנט אז ער האפט צום אייבערשטן ער וועט זיין בכח צו געבן די וועכנטליכע שיעור, און ער וועט מודיע זיין, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל בעטן פאר אים. דערפאר ווילן מיר בעטן אנשי שלומינו זאלן בעטן דעם אויבערשטן פאר ראש ישיבה שליט"א, און אויך מנדב זיין פאר די קונטרסים פאר'ן זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
אז מען דערמאנט שוין דאס, איז דא די פלאץ צו מעלדן אויך דער גוטע נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאלדן אז דער וועכענטליכער ליל שישי שיעור וועט פארקומען היינט נאכט ווי געווענליך אין וויליאמסבורג אום ניין אזייגער.
לאמיר זיך משתתף זיין ביד רחבה וברוח נדיבה, און געניסן פון די אלע גרויסע זכותים וואס קומט פון הפצה, און מיט דעם זוכה זיין צו אלע ישועות.