צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון אידן איבער די וועלט, און אנשי שלומינו בפרט, גרייט מען זיך אין קרן הדפסה ארויסצוגעבן לאור עולם דעם גאנצן סעט שיעורים פון ש"ס פארגעלערענט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס אויסער די פילע חיזוק און הדרכה מיט וואס די שעירים זענען פול, לערנט דער ראש ישיבה שליט"א אפ דעם בלאט גאר גוט מיט א גוטע הסברה, אבער אויך קורץ, וואס מאכט עס פאר א שוה לכל נפש.
 
דער קרן הפסה האט שוין אריינגעלייגט גאר אסאך כחות אין דעם פראיעקט, עס איז אן ארבעט פון וואכן און חדשים, צו מסדר זיין די אלע שיעורים און עס מאכן גרייט עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים. אין אנפאנג האבן די שיעורים פארנומען בערך 100 גיגאבייט, מען האט קאמפרעסט די פיילס צו פופציג גיגאבייט, וואס איז די קלענסטע סייז מעגליך אָן צו פארלירן פונעם קוואליטעט.
 
יעצט איז די שאלה ביים קרן הדפסה אויף וועלכע יו עס בי סטיק מען זאל עס ארויפלייגן. כאטש עס זענען צו צו באקומען יו עס בי סטיקס פון 64 און אפילו מער, איז אבער די מציאות אז רוב קארס פארנעמען נישט קיין יו עס בי סטיקס מער פון 16 גיגאבייט. און ווי עס זעט אויס וועט מען בלית ברירה מוזן צוטיילן די שיעורים אין עטליכע באזונדערע יו עס בי סטיקס.
 
פון די אפיסעס פון קרן הדפסה בעט מען אנשי שלומינו און סיי ווער עס האט ערפארונג אין דעם נושא, און קען ארויסהעלפן מיט אינפארמציע דערוועגן זאל זיך ביטע מעלדן, אזוי אויך ווער עס וויל האבן די זכי' צו קויפן א זכות אין דעם גרויסן הייליגן פראיעקט וואס וועט פארמערן לימוד הש"ס ביי כלל ישראל זאל זיך ווענדן צום אפיס.

 
מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ווען מען וועט פארענדיגן דעם פראיעקט, גייט מען בעז"ה גיין ווייטער און ארויסגעבן אויך די שיעורים אויף גאנץ ירושלמי און גאנץ נ"ך פארגעלערענט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.