דער אלעמען באקאנטער קרן הדפסה היכל הקודש גייט ווייטער אן מיט זייער הייליגע ציל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. פילע ספרים ווערן כסדר געדרוקט מיט די גאנצע פלייס, און אידן פון איבער די גאנצע וועלט צוכאפן עס און זענען זיך מחיה מיט די אלע הייליגע ספרים. לעצטענס זענען געדרוקט געווארן פילע נייעס ספרים וואס זענען שוין נישט געווען צו באקומען פאר א לאנגע צייט, און עס איז געווען א גרויסע פארלאנג עס ווידער צו דרוקן.
 
צווישן די ספרים ציילן זיך צוויי בענדער אשר בנחל אידיש וואס איז שוין נישט געווען צו באקומען חלק א', חלק ו', לכבוד פורים האט מען יעצט איבערגעדרוקט דעם מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך, אויך גרייט מען זיך שוין צו פסח, מיטן איבערדרוקן דעם הגדה של פסח אור זרוע אידיש, און אויף לשון הקודש, אזוי אויך זענען ארויס לאור עולם נאך פילע שיינע ספרים פול מיט אמונה, חיזוק און עצות, צום ביישפיל די ספרים פארליר זיך נישט, א אידישע שטוב, אוצר האמונה, קדושת ישראל, א גוטע וואך, א נייע וועלט, קלאפ זיך נישט אראפ, A system of learning, און נאך פילע ספרים.
 
די אלע ספרים זענען דא צו באקומען ביים קרן הדפסה היכל הקודש, ביי די מפיצים, אזוי אויך קען מען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, וואס שיקט כסדר ארויס פילע ארדערס איבער די גאנצע וועלט פון ספרים און קונטרסים פונעם הייליגן קוואל פונעם הייליגן רבין.
 
אזוי אויך האט מען ארויסגעלייגט א שיינע פורים קאלעקשאן אויפן וועבסייט, וואס האט א שיינע אויסוואל פון זאכן לכבוד פורים, צווישן זיי הפצה קארטל אויף פורים, א פרייליכן פורים, שמחת פורים, פורים שמח, און מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך.
 
אין די זעלבע צייט גרייט מען שוין צו דעם פסח קאלעקשאן, וואס וועט אנטהאלטן פילע גאר שיינע ספרים און קונטרסים בעזרת השם יבתרך.
 
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר