מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז די "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה.
 
אבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן.
 
מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז)
 
ווען קרן הדפסה היכל הקודש האט דאן אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, האט מוהרא”ש זייער שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים.  און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.  אויך יעצט האט מען עס איבערגעדרוקט אויף די פארלאנג פון די פילע וואס זוכן עס.
 
אזוי אויך קען מען קויפן ביים קרן הדפסה דער גאר באקאנטער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געמאכט א רעוואלוציע פון לימוד התורה ביי כלל ישראל "סדר דרך הלימוד" וואס א דאנק דעם קונטרס האבן שוין אומצאליגע אידן זיך געזעצט לערנען, און געווארן צוגעבינדן צו די תורה און צום אויבערשטן.
 
און לעצטענס האט די וועלט זוכה געווען צו א נייע אור, זייער פאסיג לכבוד דעם יום טוב שבועות, ווען מען האט אפגעדרוקט דעם קונטרס אויף אידיש מיטן נאמען "א וועג צו לערנען" וואס איז געווארן אויפגעכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט.
 
כאפט אריין צו באשטעלן די קונטרסים פונעם קרן הדפסה שוין יעצט כדי עס זאל נאך בעז"ה אנקומען אין צייט אויף יום טוב שבועות.
 
תיקון ליל שבועות בלויז $2.99
א וועג צו לערנען בלויז $1.99
 
סדר דרך הלימוד בלויז $1.99