קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב מאכט זיס די ערב פסח טעג
טז אדר ב' תשפ"ד 📝
די צוגרייטונגען צו פסח אין קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב האבן זיך שוין אנגעהויבן פאר עטליכע חדשים, פסח איז א גאר שטארקע סעזאן אינעם קרן הדפסה, טויזנטער ספרים און קונטרסים ווערן פארקויפט אין די עטליכע וואכן.
דאס יאר האט מען הערליך איבערגעמאכט דעם בעסט סעלער הגדה של פסח אויף לשון הקודש "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע מיט א הערליך אויג פארכאפענדע דעקל, דאס איז אויסער די עיקר ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעווייניג עס זאל האבן הערליכע דרוקט מיט שיינע אותיות און אן קיין טעותים בעזרת השם יתברך. אין די זעלבע צייט האט מען איבערגעדרוקט די הערליכע איבערגעארבעטע הגדה אור זרוע אויף אידיש, וואס ווערט צוכאפט דורך דער אידיש רעדנדע ציבור.
איינע פון די שטארקסטע קונטרסים וואס גייט אויף פסח איז "א כשר'ן פסח" וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט און הייליגקייט פון יום טוב פסח, און אלע מצות פונעם יום טוב, ווי אכילת מצה און אזוי ווייטער, און וויאזוי א איד קען זוכה זיין צו האבן אן אמת'ע כשר'ע און פרייליכע יום טוב. קרן הדפסה האט געדוקט דערפון טויזנטער שטיק צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג.
ביי די מפיצים גייט אויך זייער שטארק דער קארטל "א פרייליכן פסח" וואס איז מחי' טויזנטער אידן אין די טעג וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין נערוון און אנגעצויגענקייט, מיט'ן ציל צו ח"ו מאכן דעם איינדרוק אז אידישקייט איז פרעשור און אנגעצויגן. דער טעלעפאן נומער ראטעוועט אידישע קינדער, און לערנט אויס אז פסח מאכן איז נישט קיין בארג, און וויאזוי מען קען מאכן אז מען זאל שפירן די זיסקייט פון די ערב פסח טעג, די בין הזמנים טעג, דער סדר נאכט, און מען זאל עס שפירן אזוי שטארק אז עס זאל איבערגיסן צו אלע ארומיגע וואס וועלן ווערן אנשטעקיג פון די פאזיטיווע זיסע אטמאספער וואס די פסח טעג דארף באמת ברענגען.