א רוף צו אנשי שלומינו איבערצוקוקן די אוצרות
מיט יעדן דורכגייענדן טאג, קומען ארויס פילע פרישע קונטרסים און ספרים וואס מען דרוקט פריש איבער פון אנפאנג, סיי די אותיות, סיי מיט הגה, און אויך מיט א הערליכע פרישע דעקל וואס ציעט מען זאל עס נעמען.
אין לויף פון די ארבעט אין קרן הדפסה נאכדעם וואס מען האט שוין זוכה געווען אז הונדערטער קונטרסים זענען געדרוקט געווארן, האט מען שוין געהאט פילע פעלער ווען נאכדעם וואס דער קרן הדפסה האט ארויסגעגעבן לאור עולם א פרישע קונטרס אדער ספר, איז אפיר געקומען איינער וואס האט געזאגט אז ער האט ביי זיך די גאנצע ספר אין א טעקסט פארמאט וואס מען וואלט געקענט נוצן איבערצודרוקן דעם ספר, אסאך שנעלער און ביליגער.
דערפאר איז דער קרן הדפסה ארויסגעקומען אין א רוף צו אנשי שלומינו: "אל תמנע טוב מבעליו!", געבט ארויס אייער אוצרות! טייערע ידידים, איר האט ביי זיך אין באזיץ פיילס פון ספרים אדער קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס מען קען דערמיט באלייכטן די וועלט? איר קענט פארשפארן פיל צייט פון דארפן פריש איבערטייפן דעם גאנצן קונטרס! אויף וועם ווארט איר? פארבינדט אייך שוין צום קרן הדפסה דורכן שיקן אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org.
אין אנדערע נייעס זענען במשך די לעצטע וואך זענען ארויסגעקומען נאך פילע ספרים און קונטרסים ביים קרן הדפסה, צווישן זיי: ברכת הפרנסה, האלט זיך שטארק, סדר דרך הלימוד, רק רגע, יסוד האמונה, הצלחה לתמיד צעיר, אידישקייט איז שיין, תן חיוך, און נאך פיל.

כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים