די הנהלה פון קרן הדפסה שלאפט נישט, די פילע אפטיילונגען פון די הפסה ווערן כסדר צוגעלייגט נאך אין נאך פראיעקטן. און פארשידענע אפיסעס זענען געווען צוזייט און צושפרייט אין צייטווייליגע לאקאלן, און פאר די תועלת פון די הפצה, האט מען באשלאסן אז מען זאל צובויען פרישע אפיסעס, כדי אלע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם בפונדק אחד, מיטן ציל צו מפרסם און מגלה זיין דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט.
 
די נייע אפסיס וועלן זיין געווידמעט פאר די פאלגענדע אפטיילונגען:
טרענסלעישאן: דער אפיס וועט דינען די חשובע איבערטייטשער וואס לייגט אריין פילע כחות צו איבערטייטשן פילע ספרים, גליונות און קונטרסים אויף ענגליש, וואס מיט א פערמענאנטע אפיס וועט מען בעז"ה קענען אויסברייטערן די טרענסלעשאן אסאך מער און בעסער.
 
גרעפיקס: קרן הדפסה האלט אויף א גראפיקער וואס איז שטארק פארנומען אויף א טעגליכע און א וועכענטליכע פארנעם צו דעזיינען און אויסשטעלן די דעקלעך פאר די קוטרנסים, די וועכענטליכע גליונות און קרית ברסלב בלעטל. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער נייער אפיס צוגעבן אסאך הרחבת הדעת צו קענען מאכן נאך מער און נאך בעסער.
 
קול ברסלב: דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט איבערגעגעבן די ארבעט אנצופירן דעם פארצווייגטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין פארן געטרייען אינגערמאן מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו נאך מער צו פארברייטערן דעם ליין מיט נאך פילע נייע אפטיילונגען, וואס דאס וועט בעז"ה געטון ווערן הויפטזעכליך פון דעם אפיס.
 
קרית ברסלב בלעטל: עס איז דא א ספעציעלע אפיס פאר די שרייבער און מגיהים פונעם וועכענטליכן פאפולערן גליון "קרית ברסלב בלעטל" פאר די שרייבערס און מגיהים וואס האבן נישט קיין אפיס און קיין קאמפיוטער וואו זיי קענען אריינקומען שרייבן זייערע געשמאקע ארטיקלען, מיט וואס אלע אנשי שלומינו זענען זיך מחי'.
 
דאס איז אויסער די פילע אקטיוויטעטן פונעם הדפסה וואס פון דארט גייט ארויס הפצה אויף גאר אסאך וועגן, קונטרסים, ספרים, גליונות, סידיס, יו-עס-בי'ס, וועבסייט, סטאר, סובסקריבשאנס, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם וועבן זיך נאך פילע נייע פלענער וואס מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל האבן די כחות אויסצופירן מכח אל הפועל, אלעס מיטן ציל צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט וואס דאס דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, וואס מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.