קרן הדפסה אין פולן שוואונג
כא חשון תשפ"ו 📝
זינט מוהרא"ש האט אנטדעקט די הייליגע ספרים פון רבי'ן, וואס האבן איבערגעדרייט זיין לעבן, האט ער שטענדיג געשטרעבט צו מפיץ זיין די הייליגע ספרים פאר נאך אידן. ער האט געזען בחוש וואס א ספר פון א צדיק קען אויפטון - ווי פון א בחור וואס קען נישט איינזיצן איין מינוט, ווערט דורך די זיסע עצות א בחור וואס לעבט מיט'ן אויבערשטן, און געפינט זיין געשמאק אין לערנען, דאווענען און מצוות ומעשים טובים.
נאך אסאך יארן בעטן דעם אויבערשטן, אוועקגעבן שעות צו רעדן מיט מענטשן, און האלטן דרשות, האט ער געזען אז די בעסטע וועג צו מפיץ זיין איז דורך די הייליגע ספרים. מענטשן ווילן פארשטיין וואס איז דאס ברסלב? וואס פארקויפט ברסלב? אנשטאט אריינגיין אין דרשות און ויכוחים, געבט מען א ספר - און דארט טרעפט מען שוין אליינס אלע תירוצים. די אלע קשיות פאלן גלייך אוועק ווען א מענטש איז טועם די ווערטער פון צדיק; ער זעט אז אויך ער האט א וועג צו קענען זיין אן ערליכער איד מיט אלע זיינע נסיונות און דורכפעלער.
ווען דער ראש ישיבה האט געעפנט דעם קרן הדפסה - דעמאלט אויף א קליינעם פארנעם אין וויליאמסבורג - האט מוהרא"ש זי"ע געהאט א געוואלדיגע קורת רוח. ער האט געזען אז דא מיינט מען ביזנעס, דער ראש ישיבה איז ממשיך די וועג וואס ער האט אויסגעטרעטן.
היינט איז דער קרן הדפסה א ריזיגער אפאראט. דאס דרוקן פון ספרים און קונטרסים איז טאקע דער הויפט ציל פונעם קרן, אבער עס איז בלויז איין אפטיילונג פון די פילע אפטיילונגען אינעם ריזיגן מוסד.
דא וועלן מיר געבן א קליינע באריכט איבער עטליכע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין די לעצטע וואכן.
ספרים איבער חינוך:
צוערשט קומען די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער חינוך. אויף די ספרים איז דא א געוואלדיגע פארלאנג. די מפיצים זאגן אז די ספרים מאכן ממש א רעוואלוציע אין דער חינוך וועלט. סיי אין די מוסדות, ווי מלמדים, לערערינס, מנהלים, עלטערן - אלע שפירן אז זיי באקומען צוריק קאנטראל אין קלאס און אין שטוב, זיי טרעפן די שפראך צו זייערע קינדער.
דער קונטרס "חינוך מיט הארץ" וואס איז געווען געדרוקט פאר א יאר צוריק אויף א גרויסן פארמאט, איז יעצט - אויף דעם פארלאנג פונעם ציבור - איבערגעדרוקט געווארן אויף א קליינעם פארמאט.
אויך קומט ארויס אין די טעג א פרישער קונטרס מיטן נאמען "די מיטל וועג" - א הערליכער קונטרס בעניני חינוך.
מעשה'לעך פאר קינדערלעך:
די סעריע ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" - די זיסע מעשה'לעך פול מיט הארץ און נשמה וואס האלטן געשפאנט די קינדער אויף שעות, און לייגן אריין תמימות און אמונה אין די קינדער. אין די טעג האלט מען ביים ענדיגן נומער 4, און אט שיקט מען עס צום דרוק מיטן אויבערשטנס הילף.
נאך נייע ספרים:
א הערליכער קונטרס "חודש מרחשון מאיר ושמח" - געשריבן דורך הרה"צ יצחק לעסער שליט"א מיט זיין געשמאקער שפראך.
א גאר שיינער קונטרס "געזונטע אויגן" אין גרויסן פארמאט, געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, איבערגעטייטשט אויף אידיש דורך הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א.
קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע "Have No Fear" איבערגעטייטשט אויף ענגליש דורך הר"ר משה זאב שווארץ ז"ל.
"צוואת מוהרא"ש" איבערגעטייטשט אויף אידיש, אין א גרויסן פארמאט.
"זויבערע אויגן" נאך א געוואלדיגער קונטרס פון מוהרא"ש.
עס זענען דא נאך פילע פראיעקטן אויף וואס מען ארבעט אין די קארידארן פון קרן הדפסה, ועוד חזון למועד.