קרן הדפסה היכל הקודש פאררופט אין די טעג א מאסיוון "פושקע דרייוו" אויסצוליידיגן די פושקעס פון אנשי שלומינו פון אלע געגנטער.
 
פילע ווילן וויסן וואו מען קען איינטוישן די פולע פושקעס וואס מען האט אינדערהיים, אין קאר אדער אין אפיס, אדער וואו מען קען באקומען א נייע פושקע, האט מען צוליב דעם אויפגענומען פושקע גבאים צוזאם צו נעמען די פושקעס פונעם קרן הדפסה היכל הקודש פאר אלע געגנטער, וואס זיי וועלן זיין גרייט אויפצופיקן די פושקעס פונעם עולם און עס ברענגען צום בית הדפוס, כדי מען זאל קענען ממשיך זיין דאס דרוקן נאך און נאך ספרים.
 
די ליסטע פון די גבאים איז ווי פאלגנד:
וויליאמסבורג – מו"ה אשר יעקב בלום 917-657-4669
בארא פארק – החתן משה בוים 646-328-8483
מאנסי – מו"ה זושא פריעדמאן 845-213-7325
קרית יואל – מו"ה יצחק יונה זאבעל 640-1743 845
קרית ברסלב – מו"ה אהרן לונגער 347-988-5253
לעיקוואד – מו"ה עמרם רייכמאן 347-374-0966
 
אויב זעט איר קיין גבאי אין אייער געגנט און איר זענט וויליג צו האבן די זכיה צו ווערן א גבאי אין אייער געגנט, ביטע אריין רופן אין אפיס פון קרן הדפסה היכל הקודש, און לאזן וויסן אייער גרייטקייט, און מיר וועלן עס מעלדן אם ירצה השם.
 
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז יעדע פרוטה וואס מען גיבט וועט בעז"ה ווערן גענוצט צו קענען
דרוקן נאך א קונטרס און נאך א ספר, וואס דאס וועט מחי' זיין נאך א איד און אים ווייזן די וועג ארויס פון אלע צרות און פראבלעמען, און אים ברענגן צו די גרעסטע מדריגות.
 
על ידי הפצה ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו