יעצט אין די הייסטע זומער טעג, פלאקערט דער יצר הרע אין גאס און דער סמ"ך מ"ם זוכט מכשיל זיין אידישע קינדער, און דערמיט זיי צוברעכן און זיי מאכן טראכטן אז זיי זענען שוין דערנאך, און דערמיט אריינכאפן נאך א אידישע נשמה אין זיין נעץ. יעצט איז די צייט וואס מען קען זיך בשום אופן נישט אן עצה געבן אן דעם צדיק וואס האט די חיזוק און עצות וויאזוי ניצל צו ווערן פון די שלעכטע געוואוינהייט פון מוזן אלעס זען.
 
מוהרא"ש זי"ע האט זיך אראפ געלאזט צו אונז, און געשריבן עטליכע קונטרסים איבער דעם, און זאגט אונז וואס מיר זאלן טון מען זאל נישט פארכאפט ווערן ח"ו אינעם גרוב וואס דער יצר הרע גרייט אונז אן. און אפילו מיר זענען שוין חלילה דורכגעפאלן מיט קוקן אדער טון שלעכטע זאכן און מיר שפירן ווי דער סטרא אחרא האט אונז שוין אין זיין טאש, געבן אונז די קונטרסים און ספרים פון הייליגן רבין מעסערלעך מיט וואס מיר קענען "אויפשניידן" דעם טאש פונעם סמ"ך מ"ם און ארויסקריכן צו אונזער פרייהייט.
 
די הייליגע קונטרסים אויף שמירת עינים וואס האט שוין אויפגעראכטן אומצאליגע אידן, און ראטעוועט כסדר פילע אידישע נשמות פון די טיפסטע אפגרונד.
 
יעצט זענען אלע ספרים פון סטאק אויסגעכאפט געווארן דורך די מפיצים וואס זאגן אז דאס זענען די בעסט גייענדיגע קונטרסים אין די זומער חדשים, פון ערליכע אידן וואס דראפען זיך אויף די גראדע ווענט, און זוכן וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן. דערפאר זענען שוין די ספרים "ריינע אויגן" אויסגעגאנגען ביים בית הדפוס, און מען האט תיכף פריש געדרוקט עטליכע טוינט שטיק וואס מען קען שוין פריש באקומען.
 
דער ספר "ריינע אויגן" איז א ליקוט פון אכט קונטרסים פון מוהרא"ש: געזונטע אויגן, היט דיינע אויגן, הייליגע אויגן, זויבערע אויגן, לויטערע אויגן, ליכטיגע אויגן, ריינע אויגן, שיינע אויגן.
 
אויך קען מען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט פאר בלויז $2.99
 
📖 ריינע אויגן
 
🛒 20 ספרים און קונטרסים איבער שמירת עינים