אינעם גרויסן בנין פון קרן הדפסה טוט זיך אין די יעצטיגע טעג אפ העפטיגע אקטיוויטעטן, מען גרייט זיך אויף די חנוכה סעזאן, מען דרוקט די פארשידענע ספרים לכבוד חנוכה, און ווי די מפיצים זאגן איז פארלאנג גאר גרויס.
 
דער מערסטע גייט דער ספר "הדלקת נר חנוכה" וואס אנטהאלט דער הדלקת הנרות די מנהיגם און זמירות, אויך אנטהאלט עס גאר שיינע חיזוק ווערטער און בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן איבער די גרויסקייט פון חנוכה, און די געוואלדיגע צייט פון צינדן די חנוכה לעכט, און וויאזוי מען דארף זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער אום חנוכה.
 
אזוי אויך גייט גאר שטארק דער קונטרס אויף לשון הקודש "חנוכה שמח", געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. דער ספר רעדט איבער די גרויסקייט פון צינדן חנוכה לעכט, און די לעכטיגקייט וואס דאס ברענגט פאר א אידישע נשמה.
 
אזוי אויך איז דא א קונטרס אויף אידיש "פארליר דיך נישט", דאס איז א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז געזאגט געווארן אום חנוכה תשע"ד, וואס רעדט איבער די גרויסקייט פון חנוכה.
 
דאס אלעס קען מען קויפן אויפן shop.breslevcenter.com וועבסייט פאר גאר גוטע פרייזן. חנוכה שמח קען מען קויפן פאר בלויז $1.49, "פארליר דיך נישט" פאר בלויז $1.99 און "הדלקת נר חנוכה" איז פאר $2.99